לארע שלעזינגער איז א באקאנטער טאלק שוי גאבטגעבערין וואס רעדט ארום צו פרויען דורכאויס אמעריקע אויף הונדערטע ראדיא סטאנציעס איבער משפחה פראבלעם.
געבורט |
16 יאנואר 1947 (אלט 77) ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לערנארט |
אוניווערסיטעט פון דרום קאליפארניע קאלומביע אוניווערסיטעט סטאני ברוק אוניווערסיטעט |
איר שוי איז די 4טע גרעסטע פאפולערע טאלק שוי גאסטגעבערין אין אמעריקע. נאך 1. ראש לימבאו 2. שאן הענעטי 3. מייקל סעוועזש. 4. לארע שלעזינגער
זי איז דאס מערסטע קאנטראווערסיאל ווי אלע אין דעם פעלד אז דא מאכט איר דא מערסטע פאסנד צו געבן עצות אויף אין דעם פעלד.
זי האט געפעלטשט איר פסיכאלאגיע ליצענץ.
זי איז געגט.
זי איז צעשלאגן מיט אירע שוועסטער און פארשטארבענע מאמע.
זי האט זיך מגייר געוועזן על פי הלכה און יארן לאנג זיך געפירט ווי א פרומע אידענע לכל דבר, געשיקט איר זון אין א מאדערן ארטאדאקסישער ישיבה און בלויז געגעסן כשר.
אבער זי האט אפגעלאזט אידישקייט איינזענדיג אז די הלכה און תורה ווערסיע פון אידישקייט איז בלויז אבסעסירט מיט דעם אייגן פאלק און האבן נישט קיין אויסגעארבייטע גאנג פאר גוים אין די היינטיגע מאדערן וועלט בלויז די זיבן מצוות וואס איז אויך נאר אקטיוויזירט געווארן בימי שיד ישראל על העליונה, דעריבער האט זיך איינגעזען אז אידישקייט איז אלט מאדיש און אפגעפארן דערפון.
אין פאליטיק איז אבער דער אפטייטש פון איר אכזבה פון אידן און אידישקייט געוועזן ווען זי האט געליטן פון עדווערטייזונג בויקאטן אויף איר שוי פון פראקטער ענד געמבל און נאך ריזן קאמפאניס וואס זענען געווארן געצווינגן פון די ליבעראלן נישט צו שטיצן איר ראדיא פראגראם, און בלויז די קריטסען מיט אלע ערליכע גוים האבן זיך דאן שטארק אנגענומען פאר איר און די אידישע פובליק מענטשן וואס זענען רויב פריי און ליבעראל געשטימט האבן איר גאר גערודףט. זי האט דאן אויך פארלוירן די ניו יארק שוי.
נאך א גאר שטארקע קאנטראווערסיע איז געווען די פובליקאציע פון פיקשער'ס פון דר. לאורע אויסגעטאן, וואס זי געלאזט נעמען ווען זי האט געהאט אן אפעיר מיט ביל באללאנס, ווען זי איז געווען 28. און ווען זיי האבן זיך צוקריגט אין 1998 האט ער עס פארקויפט, מן הסתם צו מאכן א פאר דאלער, און אויף איינוועגס פארשעמען דר. לאורע. און האט בשעתו אויפגערודערט אמעריקע אז דאקעטער לאורע וואס זי פליקט אריין די תמימותדיגע קאלערס אגאנצען טאג אז זיי טוען עוולות און האבן נישט קיין שטארקע מאראל, האט גאר געווען די דאזיגע געפאלן אין די מאראלן פון זינדיגן מיט א פרעמדע מאן.
אבער זי איז נאכאלסט גאר גרויס ווייל רוב אמעריקע זענען פרום
שמועס פראגראם גאסטגעבערס |
פאליטיש רעכט: טשארלס אדלער | לארע אינגרעהעם | ביל אריילי | ראש לימבא | שאן הענעטי | קורטיס סליווע | מארק לעווין | מייקל סעוועזש | הרב דניאל לאפין | מייקל מעדוועד | דעניס פרעגער | טאני סנאו | בען שפירא פאליטיש לינקס: לייאנעל - עלען דערשאוויץ | ראן קובי | עלען קאלמבס | עד שולץ | טאם הארטמען | רענדי ראודס | על פרענקען פארוויילונג אדער קאמיק: האוערד סטערן | דאן איימוס ספארט: מייק ענד די מעד דאק | שלום בית און משפחה: זשוי בראון | לאורע שלעזינגער | שמולי בוטח מוזיק: די זי מארנינג שוי | קאנטרי יוסי | ר' נחום סיגל רעליגיע: ראביי מייקל פאטעזניק |
Wikiwand in your browser!
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.