לאדזש
From Wikipedia, the free encyclopedia
לאָדזש (פויליש: Łódź) איז די דריטע גרעסטע שטאט אין פוילן, מיט א באפעלקערונג פון 742,000 מענטשן אין 2009. די שטאט געפינט זיך אין צענטער פון פוילן, דרום־מערב פון ווארשע, און איז די הויפטשטאט פון דעם לאדזשער ראיאן. אינעם 19טן יארהונדערט האט לאדזש זיך אנטוויקלט פון א קליין דארף צו א שטאט פון טעקסטיל פאבריקאציע, און מ'האט אים גערופן דעם "פוילישן מאנטשעסטער". איינער פון די פירנדיקע איניציאטארן אין דער טעקסטיל פאבריקאציע אין דער שטאט איז געווען ישראל פאזנאנסקי, וואס האט אויפגעשטעלט גרויסע פאבריקן מיט ארבעטער וואוינונגען ארום זיי.
|
אין יענער תקופה איז געווען דער שטאטס־רב דער באוואוסטער רב אליהו חיים מייזל.
פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האט די יידישע געמיינדע אין לאדזש געציילט צווישן 225,000 און 233,000 נפשות, און איז געווען די צווייטע גרעסטע יידישע קהילה אין פוילן נאך ווארשע. די קהילה האט געהאט א פארצווייגט יידיש חינוך נעצווערק, יידישע צייטונגען און א יידישן טעאטער. בשעת דער מלחמה האט מען פארשפארט די יידן אין דער לאדזשער געטא, וואס איז געווען די ערשטע געטא אין פוילן, און איינע פון די מערסטע באוואוסטע געטאס אין דער געשיכטע פון חורבן אייראפע.
אין דעם 'לאדזשער פנקס' האט דערשיינט א רשימה פון צענדליקע קהילות וואס האבן געהאט שולן און בתי מדרשים אין דער שטאט. צווישן די גרעסטע געמיינדעס זענען געווען די חסידותן פון גער, אלעקסאנדער, איזשביצע-ראדזין און חב"ד.