From Wikipedia, the free encyclopedia
כתב עברי איז די בוכשטאבן וואס אידן האבן געניצט צו שרייבן פאר גלות בבל. נאך ארויפקומען פון בבל האבן אידן געניצט כתב אשורית וואס מען ניצט ביז היינט, אבער פאר א שטיק צייט האט מען נאך אלץ געניצט כתב עברי פאר געוויסע זאכן, ווי למשל אויף מטבעות, אדער אין ספרים. די זעלבע בוכשטאבן האבן אויך גענוצט די כנענים און די שומרונים. די שומרונים נוצן עס ביזן היינטיגן טאג.
אין חז"ל איז דא א מחלוקת צו די תורה איז געגעבן געווארן אין כתב אשורית אדער אין כתב עברי. היינט שרייבט מען ספרי תורה אין כתב אשורית, אבער עס איז דא צו געפונען אור אלטע ספרים וואס זענען געשריבן אין כתב עברי. אין די ספרים פון ים-המלח זענען דא וואס די תורה איז געשריבן אין כתב אשורית נאר די שם "יהוה" איז געשריבן אין כתב עברי.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.