יעקב שמשון שעפעטיווקער
רב און אדמו"ר אין שעפעטיווקע און טבריה / From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער (נפ' ג' סיון ה'תקס"א) איז געווען א רוסישער רב, א גרויסער למדן, וואס האט פארשפרייט חסידות צווישן די למדנים. ער איז געווען א תלמיד פון רבי יעקב יוסף פון פאלאנע (דער "תולדות"), דער מעזריטשער מגיד און רבי פינחס קאריצער. אין זיינע לעצטע יארן האט ער געפירט א רעביסטעווע אין טבריה.