טרינקוואסער
From Wikipedia, the free encyclopedia
טרינקוואסער איז וואסער פארן מענטשלעכן פארניץ. טרינקוואסער איז די וויכטיקסטע לעבנס־מיטל, און מען עס נישט פארבייטן.
טרינקוואסער איז פרישוואסער וואס איז געמאכט גענוג ריין אז מענטשן קענען עס טרינקען אדער ניצן צוגרייטן שפייז מיט זיכערקייט. טרינקוואסער טאר נישט אנטהאלטן קיין מיקראארגאניזמען וואס קענען שעדיגן דאס געזונט. אויך דארף טרינקוואסער צופיל צעלאזטע מינעראלן.
אין אסאך לענדער אין דער וועלט איז נישט דא גענוג פארזארג פון טרינקוואסער און מענטשן דארפן ניצן וואסער קאנטאמינירט מיט ארגאניזמען אדער כעמיקאלן וואס זענען שעדלעך צום געזונט, און מענטשן ווערן קראנק פון דעם און אפילו שטארבן. דעריבער איז דאס א ציל פון דער רעגירונג צו פארזארגן אין יעדן יישוב טרינקוואסער.
אין רוב אנטוויקלטע לענדער קומט אריין טרינקוואסער אין יעדן שטוב דורך רערן, און מען ניצט דאס וואסער אפילו פאר אנדערע געברויכן, למשל שווענקען געשיר, וואשן די קערפער, וואשן קליידער און נאך.
אפילו אין לענדער וואו מען קען באקומען טרינקוואסער דורך א קראן, ס'איז דא מענטשן וואס קויפן און טרינקען געפלעשערט וואסער.