From Wikipedia, the free encyclopedia
טאַשקענט איז די הױפּטשטאָט פֿון אוזבעקיסטאַן. 2.1 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין טאַשקענט (2006).
tashkent |
אין טאשקענט זיינען פאראן צוויי אידישע קהילות, דער עלטערער צווישן זיי ביידע איז דער היגער ספרדישע (בוכארישע) קהילה זיינען דארט אנגעקומען פון אנדערע שטעט אינם בוכארא געגנט ווען די רוסן האבן איינגענומען דער שטאט אין 1865. די רוסישע (אשכנזישע) אידן האבן יעמאלט נישט געהאט די מעגלעכקייט צוקומען אין טאשקענט, זייענדיק אינדרויסן פון דער תחום המושב.
נאך דער רוסישע רעוואלוציע, זיינען אנגעקומען די אשכנזישע אידן אין טאשקענט. און ווען עס האט זיך אנגעהויבן דער צווייטער וועלטס-קריג, זיינען פיל רוסישע, אוקראינשע ווי אויך פוילישע בירגער - צווישן זיי אויך פיל אידן - אנטלאפן טיפער אריין אינם סאוועטן פארבאנד בפרט קיין צענטראל אזיע ווי גרוזיע, קאזאכסטאן און אוזבעקיסטאן. אזוי ארום איז געווארן גאנץ א גרויסער אידישער קהילה אין טאשקענט, דאס צווייטסטע-גרעסטע אין גאנץ אוזבעקיסטאן (דאס גרעסטע זייענדיק סאמארקאנד).
רוב פון די פליטים, זיינען ארויס פון אוזבעקיסטאן גלייך נאכן קריג, א מערקווירדיקע אויסנאם זיינען געווען די ליובאוויטשער חסידים, וואס כאטש מערסטנס האבן איבערגעכאפט דעם גרעניץ פונם סאוועטן פארבאנד אין דעם באוואוסטען לוואוו פרשה, דאך זיינען געבליבן א היבש ביסל חסידים אין טאשקענט. די חסיד'ישע קהילה איז געווארן אסאך קלענער ווען עס איז געווען מיט אפאר יאהר שפעטער א גרויסן ערדציטערניש אין טאשקענט, און פיל חסידים האבן פארלארן זייער הייזער און האבן זיך דעריבער איבערקליבן קיין סאמארקאנד, און בשעת אין די שפעטערדיקע כ"ף יאהרן זיינען רוב חסידים ארויס פון סאוועטן פארבאנד, זיינען כמעט נישט געבליבן קיין חסידים אין טאשקענט (סיידן איינצלנע, ווי צ.ב.ש. ר' שמעון זאלצמאן).
טאשקענט האט די צווילינג שטעט:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.