זשוק
אינסעקטן / From Wikipedia, the free encyclopedia
זשוקעס אדער דזשוכעס (Coleoptera) זענען די גרעסטע גרופע פֿון אינסעקטן. עס זענען דאָ בערך 400,000 באַשריבענע לעבעדיקע זגאלן זשוקעס: בערך 40% פֿון אַלע באַקאַנטע אינסעקטן. עס זענען דאָ 800,000 ביז איין מיליאָן אָפּגעשאַצטע לעבעדיקע זגאלן. זשוקעס לעבן כמעט איבעראַל, אבער נישט אינעם אקעאן אדער אין זייער קאַלטע פּלאַצן ווי אנטארקטיקע.
זשוקעס האבן דערגרייכט אַ זייער גרויסע פֿאַראייגענונג ראַדיאַציע אַנפֿאַנגס זייער היסטאָריע. די עוואָלוציע פֿון בליענדיקע פלאנצן האט געהאלפן צושאָקלען די פֿאַרשיידנערליי פֿון די זשוקעס. פֿיר פֿון די זעקס גרעסטע זשוק פֿאַמיליעס עסן געוויינטלעך בליענדיקע פלאנצן.