וועלט באנק
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער וועלט באנק איז אן אינטערנאציאנאלער פינאנציעלער אנשטאלט וואס גיט הלוואות צו אנטוויקלידיקער לענדער צו העלפן אויפבויען זייער אינפראסטרוקטור. דער באנק איז געגרינדעט געווארן דעם 27סטן דעצעמבער, 1945. דער באנק איז צאמגעשטעלט פון פינף ארגאניזאציעס. דער וועלט באנק האט א ציל צו פארמינערן ארימקייט.