וויץ
From Wikipedia, the free encyclopedia
א וויץ איז אין קורצען עפעס וואס ברענגט מענטשן צו שמייכלען אדער לאכען. וויצן קענען זיין אין פורעם פון רייד, געזאגט אדער געשריבן, און זיי קענען אויך זיין אין פורעם פון זעהניש, אין בילדער אדער פֿאָרשפילען.
די גרעסטע דענקער און פארשער פרובירען צו דערגיין פארוואס מ'לאכט אויף א וויץ. ס'מן-הסתם נישט דא בלויז איין סיבה, און ס'קען זיך אויך ווענדן אויף די סארט וויץ.