הר הרצל
From Wikipedia, the free encyclopedia
הר הרצל (פון העברעאיש: "בארג הערצל") אדער הר הזיכרון איז דער נאציאנאלער בית עולם פון ישראל אויף דער מערב זײַט פון ירושלים, אויפן נאמען פון בנימין זאב הערצל, דער גרינדער פון מאָדערנעם פּאָליטישן ציוניזם. הערצלס קבר ליגט בייַ דער שפּיץ פון דעם בערגל. יד ושם, וואָס באצייכנט דעם אנדענק פון דער חורבן אייראפע, ליגט צו מערב פון הר הרצל. ישראלס מלחמה טויטע זענען אויך באגראבן דאָרט. הר הרצל איז 834 מעטער העכער פונעם ים שפיגל.