המספיק
From Wikipedia, the free encyclopedia
המספיק איז געגרינדעט געווארן און עקזיסטירט היינט צו געבן פאר אינוואלידן די געלעגנהייט צו דערגרייכן די מערסטע פונקציעס וואס זיינען מעגלעך און די באקוועמסטע מדרגה פון לעבן. די ארבעט פון אנטוויקלען און ווירקלעך דערגרייכן די מאקסימום מעגלעכקייטן פון יעדער פערזאן ווערט אויסגעפירט דורך קוואליפיצירטע פראפעסיאנאלן.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/d/da/Hamaspik.gif)
"המספיק" איז א זעלבסטשטענדיקע נעץ פון פריוואטע נאן-פראפיט ארגאניזאציעס, אלע מיט די זעלבע מיסיע און ציל, וואס האבן א געמיינזאמע פינאנצירונג און טעכנישע הילף. די נאכפראגע אויף די סערוויסעס פון "המספיק" איז זייער הויך און די ארגאניזאציע זוכט דערפאר צו גרינדן אגענטורן אין וואס מער ארטאדאקסישע קהילות. היינט צו טאגס זענען פאראן "המספיק" אגענטורן אין ניו יארק און אין עטלעכע קאונטיס פון האדסאן טאל געגנט. יעדער "המספיק" אגענטור ווערט געפירט זעלבסטשטענדיק, אונטער דער פירונג פון ארטיקע דירעקטארן, וואס זיינען בדרך כלל עלטערן און אנערקענטע פערזענלעכקייטן וועלכע פארשטייען גוט די באדערפענישן פון אינוואלידן.
קינדער און דערוואקסענע מיט מומים באקומען א ברייטע ליסטע פון סערוויסעס און פראגראמען, סיי אין די אייגענע היימען און סיי אינדרויסן.
דער עקזעקטיוו דירעקטאר פון "המספיק" איז מאיר ווערטהיימער.