From Wikipedia, the free encyclopedia
דזשאַוואַהאַרלאַל נעהרו (ענגליש: Jawaharlal Nehru; הינדי: जवाहरलाल नेहरू 14טן נאוועמבער 1889 - 27סטן מיי 1964), אויך באקאנט ווי "פאנדיט נעהרו", איז געווען דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון אומאפהענגיקער אינדיע פאר 17 יאר, פון 1947 ביז זיין טויט אין 1964. ער איז געווען דער פירער פון דער סאציאלישטישער אינדישע קאנגרעס בשעת ווען די בריטישע האבן געהערשט אין אינדיע.
נעהרו איז געבוירן געווארן אין אלאהאבאד, אוטאר פראדעש, אינדיע. זיין פאטער, מאטילאַל נעהרו, איז געווען א גבירישער אדוואקאט וואס האט געהערט צו דער קאשמירי פאנדיט געמיינדע. זיין מוטער איז געווען סווארופראני טהוסו. דזשאַוואַרהאַרלאַל איז געווען דאס עלטסטע קינד; ער האט געהאט צוויי שוועסטער. אין 1905 האט מען געשיקט נעהרו אין הארא שולע אין ענגלאנד. אין 1907 האט ער אנגעהויבן שטודירן אין טריניטי קאלעדזש קעמברידזש און ער האט באקומען זיין דיפלאם אין נאטירלעכע וויסנשאפטן נאך דריי יאר, אין 1910.
נעהרו האט געהייראט קאמאלא קויל אין 1916. זיי האבן געהאט איין טאכטער אינדירא נאך א יאר, אין 1917. אין נאוועמבער 1924 האבן זיי געהאט א יינגל, אבער האט געלעבט נאר איין וואך.
זייער טאכטער אינדירא גאנדהי איז שפעטער געווארן פרעמיער מיניסטער פון אינדיע.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.