From Wikipedia, the free encyclopedia
דאַטיוו איז דער דריטער פֿאַל, נאך נאמינאטיוו און אקוזאטיוו אין גראמאטיק, דאס איז בדרך כלל באניצט אנצומערקן דאס צייטווארט צו וועמען עפעס איז געגעבן.
צב"ש דער דאטיוו אין דער יידישער שפראך: דער טאטע האט געגעבן דעם זון א צוקערל. די באלעבאסטע האט דערלאנגט דער דינסט דעם בעזים. די מאמע האט אנגעטון דעם קינד די שיך.
דאס ווארט קומט משורשו פון א לאטיין ווארט casus dativus וואס מיינט: "א פאל געאייגענט צו געבן", דערנאך איז דאס ווייטער געגאנגען צו אן ענדליך גריכיש ווארט ביז עס האט באקומען די מיינונג "צו געבן".
די זאך וואס ווערט געגעבן קען זיין א בארורליכער אביעקט, ווי "א בוך" אדער "א פעדער" אדער קען דאס זיין אן אבסטראקטע זאך ווי "א ענטפער" אדער "הילף". די דאטיוו טוט געווענליך אנמערקן די נישט דירעקטער אביעקט פון א זאכווארט, באציענדיג זיך בלויז צום אקט פון געבן עפעס.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.