געווירץ
From Wikipedia, the free encyclopedia
א געווירץ איז אַ מאַטעריאל צוגעלייגט צו עסנוואַרג צו פאַרבעסערן זיין געשמאַק, געווענליך אין קליינע צאָלן רעלאַטיוו צו אנדערע באשטאנדטיילן אינעם שיסל. די בשמים זענען געווענליך געמאכט פון הערבס. זיי קענען זיין ארויסגענומען פון פרוכט, זוימען, וואָרצל אָדער שאָלעכץ פון אַ געוויקס, געווענליך נאָך אַ פּראָצעס פון טריקענען, צוקלאַפּן און מער. געוויקסן געניצט ווי אַ געווירץ אָן קיין פּראַצעסירונג זענען גערופן הערבס אדער קרייַטעכץ. עס זענען אויך דאָ קינסטלעך געשאפענע געווירצן און זיי זענען גערופן פלעיווערינגס.
מינץ, פעננעל, פעפער זענען ברייט באניצטע געווירצן. זאַלץ ווערט אויך בדרך כלל פאררעכנט ווי אַ געווירץ, כאָטש עס איז נישט פון א געוויקס.
פיל געווירצן זענען אויך געניצט פֿאַר פּאַרפום.