גאלדערס גרין
From Wikipedia, the free encyclopedia
גאָלדערס גרין איז א אידישע געגנט אין צפון-מערב לאנדאן, וואס איז הײַנט פֿון די גרעסטע יידישער באפֿעלקערונג אין ענגלאנד. לויטן צענזוס פון 2011 זענען 37% פון די איינוואוינער יידן. אמאל פֿלעגן וווינען דארט פֿיל פֿארמעגליכע יידן אבער הײַנט געפֿינט זיך דארט אלערלײַ יידן.
זענען פאראן דארט צענדליקע בתי מדרשים, אסאך מוסדות התורה והחסד, ווי למשל א וועד הצדקה וואס באשטעטיגט די נויטווערדיגקייט פון אידן וועלכע קומען קלייבן געלט. צווישן די מוסדות התורה זענען דא יידישע שולעס און חדרים און עטליכע בית-יעקב'ס, ווי אויך ישיבות און כוללים.
אין גאלדערס גרין קען מען געפֿינען אלץ וואס מען טרעפֿט אין יעדער גרויסער יידישער געמיינדע.