בענגאליש
From Wikipedia, the free encyclopedia
בענגאַליש (বাংলা, באַנגלאַ) איז אן אינדא־איראנישע שפראך פון דרום אזיע, וואס מען רעדט אין באנגלאדעש און אויך אין די שטאטן מערב בענגאל, טריפורא און אסאם אין אינדיע. בענגאליש איז די אפיציעלע שפראך אין באנגלאדעש. בענגאליש ווערט געשריבן אין בענגאלישן שריפט.
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/f/f6/Idioma_bengal%C3%AD.png/220px-Idioma_bengal%C3%AD.png)
בענגאליש איז די זעקסטע מערסטע גערעדטע שפראך אין דער וועלט מיט 230 מיליאן רעדער.
בענגאליש האט אנגעהויבן זיך אנטוויקלען אלס א באזונדערע שפראך אין דעם 10טן יארהונדערט.
![]() |
וויקיפּעדיע אויף בענגאליש |
![]() | דער ארטיקל בנוגע א שפראך איז א שטומף. דאס הייסט עס פעלן אין אים גרונטלעכע אינפארמאציע איבערן פארשטאנד פון דער טעמע. ביטע העלפֿט דאס פֿארברייטערן. |