בלוט
From Wikipedia, the free encyclopedia
בלוט איז א פליסיקייט וואס צירקולירט אינעם גוף פונעם מענטש וואס דינט ווי די טראנספארטאציע מיטל ארום צו פירן די לעבנסוויכטיגע באשטאנדטיילן, ווי אקסיגען און גלוקאז און אזוי ווייטער, פונעם קאפ ביזן נאגל פונעם פיס, געטריי און פלינק קומט זי אן צום קלענסטן באהאלטענסטן איבר, און גיבט זיי אלע חיות מיט נשמה דורך ליווערן די אקסיגען וואס מאכט עס די קאליר רויט.
געטריבן אין די אדערן, דורך דעם געטרייען אימערמידלעכן פּאָמפּ דער הארץ, שטראמט זי אן א אויפהער נאכאנאנד ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.
אויך טראגט זי אוועק די מיסט און אפּפאל, ווען זי ווערט בלוי, די קארבן דייאקסייד פון אלע גלידער ארויס צו די לופט.
אלע ידיעות וועגן בלוט ווערט אנגערופן העמטאלאגיע.