From Wikipedia, the free encyclopedia
בארשט "צוויקל זאפט" איז א פליסיג אייראפעאיש עסן געמאכט פון רויטע בוריקעס וואס איז פאפולער ביי יודן.
מען גרייט צו בארשט אויף צוויי וועגן—געקאכטער בארשט אדער געשטעלטער בארשט. אין פוילן האט מען געקאכט בארשט פליישיק, מיט נאקן בהמה פלייש און קנאבל. אין ליטע האט מען געקאכט א פארעווער בארשט וואס מען עסט מיט סמעטענע.
צו מאכן א געשטעלטן בארשט ווייקט מען די בוריקעס אין וואסער און מען לאזט עס שטיין א לענגערע צייט ביז ער יערט.
מען עסט ביי יודן "בארשט מיט קארטאפל" אום מוצ"ש כדי מקיים צו זיין "חמין במוצאי שבת מלוגמא", און אויך מיטלנאכט יום טוב.
ס'איז א מנהג אום פסח צו עסן געשטעלטן בארשט וואס ווערט אוועקגעשטעלט עטלעכע וואכן בעפאר פסח און דערנאך אונטערגעשלאגן מיט אייער כדי צו לאזן וויסן אז מען עסט זויערס, אנדערש ווי די קראים וואס דרשנ'ען אז מען טאר פסח נישט עסן קיין זויערס.
אין הלכה טרעפט מען שוין אז אויב מען מישט איילבירטן אויל מיט "אניגרון" (בארשט) מאכט מען א ברכה בורא פרי העץ, ווייל אזוי שאט עס נישט.
עס איז פארהאן א יודישער אויסדרוק "ביליג ווי בארשט". זעט אויס אז צוויקל איז אינדערהיים געווען א ביליגע זאך.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.