אפגעפארענער איז אן אויסדרוק וואס ווערט גענוצט צו שילדערן א ייד וועלכע עפינטלעך פארלאזט דעם ארטאדאקסיש-יידישן וועג פון לעבן, אריינגערעכנט עמיצער וואס קומט פון א חסידיש, אנדערע חרדי'ש, אדער מאדערן-ארטאדאקסישן קרייז, און וואס זייערע נייע לעבענסשטייגער איז פון אן אנדערן פארם פון יידישקייט, אדער איינס אינגאנצן פריי פון רעליגיע.

דאס אוועקגיין, איבערהויפט פון א חרדי'שן געמיינדע, ווערט באריכטעט צו זיין א שווערע איבערלעבעניש סיי גייסטיש, פינאנציעליש, און סאציאליש, צוליב די פארשידענארטיגע ריזיקעס און פארלוסטן וואס קומען מיט מיט דעם טאט.

עס איז פארהאן א ברייטן און פארצווייגטן ריי הסברים פון די וואס פארלאזן ארטאדאקסי אויף דעם באשלוס זייערע צו נעמען דעם שריט. א נומער שטודיעס טוען באטראכטן די אלע נאראטיוון, און פון די קאמבינאציע פון זייערע געפונסן שטעלט זיך ארויס אז דאס אפפארן איז א קאמפלעקסיש און פילפאכיגן פענאמענום, באזירט אויף פארשידענע סאציאלאגישע פראצעסן: פארלאזן בתורת עמיגראציע, פארלאזן בתורת כפירה, זיך צו באפרייען פון א צוואונגעדיגן גרופע, און זיך צו שטעלן פארן אייגענעם אידענטיטעט. טראצדעם, איז דא א צד השוה, נעמליך דאס אינטענסיווקייט אין זייערע ווילן צו פארלאזן, אינטערשטריכט דורך דאס גרייטקייט צו באצאלן דעם טייערן פרייז וואס פארלאזן קאסט אפ.[1]

וועבלינקען

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.