אמעריקאנישער פוסבאל
From Wikipedia, the free encyclopedia
אַמעריקאַנישער פוסבאל (אין די פאראייניגטע שטאטן רופט מען אים בלויז "פוסבאל') איז צאמגעשטעלט פון צוויי קעגנזייטיגע גרופעס (מאנשאפטן), וואס איטליכער פרובירט אנצוציען פונקטן ביז א געוויסער צייט אפשניט, דורך מאכן אז דער באל זאל אנקומען דער אנדער עק פעלד צום אנטקעגענער'ס ענדע זאנע. צו דורך דאס ווארפן אהין אין א חבר פון די אייגענע טיעם כאפט דאס אויב דער קעגנארטיגער טיעם קען אים נישט אוועקשטופן, אדער דורך שטייטעלעך לויפן דערמיט, יעדע פאר יארדס און מ'שלאגט זיך אראפווארפן דעם לויפער.
דאס פעלד איז לאנג 120 יארדן, און דאס איז איינגעטיילט מיט ווייסע ליניעס, יעדע 5 יארד, צו וויסן וויפל יארדן מען האט דאס שוין גערוקט. אויב די גרופע וואס איז אויף דער אפענסיע קען נישט אדורכטראגן דעם באל גאנצע 10 יארדן מיט 4 אראפפאלן'ס דאן טוישט זיך די טיעםס. און זיי ווערן איצט בלויז אויף דער דעפענסיע און קענען נישט אנציען פונקטן. אין ביידע עקן איז דא א גרויסער טויער.
עס איז זייער פיזיקאליש דער מין ספארט, מען הארגעט זיך מיט די הענט און פיס זיך אראפווארפן איינער דעם אנדערן, כדי צו ארויסכאפן דער באל, אדער דאס פשוט פארלענגערן און נישט לאזן פראגרעסירן אין שונא'ס לאגער.
יעדער טיעם האט צוויי גרופעס פון 11 שפילערס וואס שפילן, די אפענסיע שפילער און די דעפענסיע שפילער.
דאס שפיל דויערט 60 מינוט, צעטיילט אויף פיר מאל 15 מינוט.
אמעריקאנישער פוסבאל נעמט זיך פון ראגבי פוטבאל.