רבי אלעזר בן שמוע
From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי אלעזר בן שמוע איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט צוויי מאל אין משניות ביי זיין פולן נאמען, און דריי און פופציג מאל רבי אלעזר סתם.
רבי אלעזר בן שמוע איז געווען פון פינפטן דור תנאים, און פון צענטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה[1], איינער פון די יונגערע תלמידים פון רבי עקיבא.
סתם רבי אלעזר אין דער משנה איז רבי אלעזר בן שמוע.
די גמרא רופֿט רבי אלעזר "מרא דארץ ישראל".[2] ער איז געווען איינער פון די עשרה הרוגי מלכות; מען האט אים געהרגט בשעת מאכן קידוש פרייטאג צונאכט.