אינסטינקט
From Wikipedia, the free encyclopedia
נאטורליכע אינסטינקט מיינט א אקציע פון א לעבעדיגע באשעפעניש וואס ווערט נישט דיקטירט דורך די כח פון לאגיק אדער געפילן, נאר א באזונדערע כח וואס מאכט א לעבעדיגע זאך טון געוויסע זאכן מיט א חשבון אנצוקומען צו א ציל. ביז דערווייל קען מען דאס נישט ערקעלערן דורך לאגיק, אין עס איז אנגענימען אז עס איז א כח פאר זיך פארזיך.
אינסטינקט איז די רעאקציע פון דרויסענדע פאקטארן וואס סטימולירן די קערפער און דער אינסטינקט מאכט אז דער קערפער זאל זיך באוועגן און רעאגירן אויף א געוויסן וועג.
עס איז דער וועג וויאזוי אלע סארטן לעבעדיגע באשעפענישן האבן בירושה דורך די גענעס זיך אויפפֿירן און אומציגיין מיט זייער לעבן. אנדערש ווי אויסגעלערנטע געפילן וואס קימט דורך זיך אלטע ידיעת אין זכרון, אינסטינקט איז נישט געלערנט נאר ליגט אין דער טבע פון א באשעפעניש.
אקציעס פון באשעפענישן וואס איז דיקטירט פון ידיעות וואס ער האט אין זיין מח, ווערט טייל מאל אויך אנגערופן אינסטינקט. למשל, א לאנגיאריגע קליגער דיטעקטיוו וואס האט אסאך ידיעות, וועט קענען ציטרעפען ווער עס איז די פארברעכער אן דעם וואס ער זאל קענען ערקלערן פונקטליך פארוואס. דאס קימט פון אסאך ידיעות אין די זכרון פון זיין מח וואס ארבעט זייער שנעל. אבער ווי שוין געזאגט, דאס איז דורך די כח פון לאגיק וואס שטעלט ציזאם די וויסן וואס ליגט באהאלטען אין זיין מח. מ'קען זען א פיזישע חילוק אין מח - פון אינסטינקט וואס קומט פון לאגיק, אין אינסטינקט וואס קימט פון נאטור.
די כח ווערט אויך אנגעריפען " א שמעק" אדער א "סענס", ווי אויך "די סיקס (6) סענס".