אטאם
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער אטאם איז דער קלענסטער באשטאנדטייל פון מאטעריאל וואס איז אומטיילבאר אין א כעמישער רעאקציע. יעדער סאלידער קערפער, פליסיגקייט, גאז און פלאזמע באשטייט זיך פון נייטראלע אדער יאניזירטע אטאמען. אטאמען זענען זייער קליין—די טיפישע גרויס פון אן אטאם איז 100 פיקאמעטער. מ'קאן ריכטיג נישט באשרייבן די באוועגונגען און אייגנטומען פון זאכן אויף אזא קליין שאל מיט קלאסישער מעכאניק און מ'דארף נוצן קוואנטן-מעכאניק כדי צו פארשטיין און פאראויסזאגן זייערע אויפפירונגען.
יעדער אטאם באשטייט פון אן אטאמקערן און א צאל עלעקטראנען וועלכע זענען פארבונדן צום אטאמקערן דורך עלעקראמאגנעטישער קראפט. דער אטאמקערן באשטייט זיך פון א צאל פראטאנען און נייטראנען. וואסערשטאף איז דער איינציגער אטאם וואס האט קיין נייטראנען אין זיין אטאמקערן. פראטאנען און נייטראנען זיינען ביידע גערופן נוקלעאנען. פראטאנען האבן א פאזיטיווע עלעקטרישע לאדונג, עלעקטראנען האבן א נעגאטיווע לאדונג און נייטראנען האבן נישט קיין לאדונג (ווי זייער נאמען באדייט). דערפאר האט דער אטאמקערן א טבע ציען צו זיך אזוי פיל עלעקטראנען ווי ער האט פראטאנען. ווען אט די צאלן זענען גלייך איז די לאדונג פונעם אטאם נייטראל. ווען אן אטאם פעלט עלעקטראנען (ד.ה. עלעקטראנען זענען פאראן ווינציגער ווי פראטאנען) הייסט ער א פאסיטיווער יאן ווייל די סך-הכל לאדונג איז פאזיטיוו און אזוי אויך פארקערט—ווען ער האט "איבעריקע" עלעקטראנען הייסט ער א נעגאטיווער יאן.
די גרויס פון אן אטאםקערן איז בערך צען טויזנט מאל קלענער ווי דער אטאם גופא. די פראטאנען און נייטראנען פונעם אטאמקערן זענען זיך פארבונדן איינעם צום צווייטן דורך די נוקלעארע קראפטן וועלכע זענען פון אזוי נאענט שטארקער פון די עלעקראמאגנעטישער קראפט וואס שטויסט לאדונגען מיט זעלבע צייכן אוועק איינער פון דאס אנדערער. די מאסע פון א נוקלעאן איז בערך א טויזנט מאל גרעסער ווי די מאסע פון אן עלעקטראן און דעריבער ווענדט די מאסע פון אן אטאם מערסטנס אויף דער צאל נוקלעאנען וואס רופט זיך די אטאם-מאסע. די כעמישע אייגנטומען ווענדן זיך אויף די עלעקטראמאגנעטישע כוחות און דעריבער אויף דער צאל פראטאנען אדער אטאם-נומער וואס באשטימט די כעמישע עלעמענט (יסוד-טיפ) פון דעם אטאם. למשל יעדער קופער אטאם אנטהאלט 29 פראטאנען. דער צאל נייטראנען באשטימט דער איזאטאפ פונם עלעמענט.
אטאמען קענען זיך פארבינדן איינעם צום אנדערן דורך כעמישע פארבינדונגען און ווערן א טייל פון א מאלעקול, אדער א סאלידער קערפער. כעמיע איז דער אפטייל פון וויסנשאפט וואס איז חוקר די נייגונג פון אטאמען צו מאכן און ברעכן אזעלכע פארבינדונגען.