אדר א'
חודש / From Wikipedia, the free encyclopedia
אדר א' (ארויסגערעדט אדר ראשון) איז דער צוועלפטער חודש אין דעם יידישן קאלענדאר, און איז נאר דא אין א עיבור יאר. דאס איז דער חודש וואס מען לייגט צו אן עיבור יאר. ער האט 30 טעג. דעם 14טן און 15טן טאג פונעם חודש ווערן אנגערופן פורים קטן.
אין דעם חודש איז מען זייער פריילעך, אזוי ווי עס שטייט "משנכנס אדר מרבין בשמחה". (מסכת מגילה)
די פייערונגען פון חודש אדר פייערט מען נישט אין דעם חודש, נאר אין אדר שני.
ביי אשכנזים איז דער מנהג אז איינער וואס איז נפטר אין אדר פון א פשוטן יאר, האלט מען די יארצייט אדר ראשון אין אן עיבור יאר. א יינגל קען נישט ווערן בר מצוה אין דעם חודש סיידן ווען ער איז געבוירן אין אדר ראשון. במילא מאכט זיך יארן ווען אין גאנץ חודש אדר ראשון זענען נישט דא קיין בר־מצווה'ס, למשל אין תשע"א (ווייל דרייצן יאר פריער תשנ"ח איז נישט געווען קיין עיבור יאר).