From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי אבי עזרא זעליג שפירא זצ"ל (ה'תקצ"ו - י"ט מנחם אב ה'תרמ"ה), פון סטרי
רבי זעליג'ל איז געבוירן ה'תקצ"ו (אומגעפער) , צו זיין פאטער הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת פייגא א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון הרב אלימלך פון ליזשענסק, דער נועם אלימלך.
נאך זיין חתונה איז רבי זעליג'ל געבליבן וואוינען אין סאדיגורא, הערשט נאכדעם וואס זיין שווער איז נפטר געווארן, אין יאר ה'תרמ"ג, האט רבי זעליג'ל זיך געלאזט איינבעטען ביי זיינע אנהענגער און זיך געצויגן קיין סטרי און אנגעהויבן פראווען רביסטווע.
רבי זעליג'ל איז נפטר געווארן י"ט מנחם אב ה'תרמ"ה, און ליגט אין סאדיגורא.
רבי זעליג'ל האט געהייראט מרת הדסה פייגא ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן, פון סאדיגורא. זייערע קינדער:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.