Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
שרגא פייוול מענדלאוויטש (תרמ"ו-תש"ח) איז געווען פון די ערשטע מנהיגים פון פרומע יידן אין אמעריקע. ער האט געגרינדעט די וויכטיגע מוסדות תורה ודעת, א ישיבה אין ברוקלין, און די חינוך ארגאניזאציע תורה ומסורה. ער איז געווען דער נחשון בן עמינדב וואס האט וואס האט איינגעפלאנצט עכטיידישן חינוך אין די פאראייניגטע שטאטן. הר"ר משה פיינשטיין האט געזאגט אויף אים:"ווען נישט ער וואלט געווען אין אמעריקא נישט קיין לימוד התורה און נישט קיין יראת שמים".
שרגא פייוול איז געבוירן אין שטעטל מעזשילאבריץ, סלאוואקיי (דעמאלטס א טייל פון אונגארן) אין ה'תרמ"ו. זיינע רבי'ס זענען געווען דער ערוגת הבושם פון חוסט, דער באר שמואל פון אונסדארף און דער שבט סופר פון פרעשבורג, ביי וועמען ער האט איינגעזאפט א חשקת התורה.
אום ה'תרע"ג איז ר' שרגא פייוול איינגעוואנדערט קיין אמעריקע, וואו ער האט אנגעהויבן זיין תפקיד פון פארשפרייטן תורה אין סקרענטאן, מאסאטשוסעטס. נאכהער איז ער געווארן דער ערשטער מנהל פון ישיבת תורה ודעת, וואס ער האט אנטוויקלט אויף א מוסד פונעם ערשטן ראנג.
אום ה'תר"ף האט ער אריבערגעפירט זיין משפחה פון אונגארן אין אמעריקע, און זיי האבן איינגעזעצט אין וויליאמסבורג, ברוקלין.
ער פלעג אריינגעגעבן אין זיינע תלמידים א ישיבישן דרך הלימוד מיט א חסידישן ברען. זיינע בעסטע תלמידים האט ער אוועקגעשיקט כדי אויפצושטעלן און מחזק צו זיין נייע ישיבות,[1] למשל, מתיבתא חיים בערלין, טעלזשע ישיבה, קליוולאנד און בית מדרש גבוה.[2]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.