From Wikipedia, the free encyclopedia
שפּאָלע (אוקראיניש: Шпола) איז א שטאט אין טשערקאסער אבלאסט (גובערניע) אין צענטראלער אוקראינע. זי איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם שפאליאנסקי ראיאן. אום 2022 איז די געשאצטע באַפֿעלקערונג געווען 16,323.
אום 1847, איז שפאלע'ס יידישע באפעלקערונג געווען 1,156. ביז 1897, האט די צאל געוואקסן צו 5,388 אין אן אלגעמיינער באפעלקערונג פון 11,933, ד.ה. 45%. ס'האט זיך געהאלטן אויף דער ניוא ביז צו דער צווייטער וועלט מלחמה.
אין די 1800ער איז שפאלע געווען אינעם זוועניגאראדער דיסטריקט אינעם קיעוו ראיאן פון רוסלאנד. נאכן אראפווארפֿן פון דער צארישער רעגירונג איז שפאלע געווארן צו ערשט א טייל פון דער אוקראינישער סאוועטן סאציאליסטישער רעפובליק און דערנאך פון דעם סאוועטן פארבאנד.
אין דער צווייטער וועלט מלחמה, האט נאצי דייטשלאנד זיך אריינגעריסן אין אוקראינע, און די יידישע באפעלקערונג פון שפאלע איז פארטיליגט אום 1942. היינט זענען יידן בערך0.5% פון שפאלע'ס באפעלקערונג.
49°2′N 31°25′E
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.