Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
לויט מאָנאָטעיסטישע גלויבונגען, גאט איז דער איבערנאטורלעכער הערשער אויף דער וועלט. אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר איז גאר פארשפרייט געווארן די געדאנק (בעיקר דורך די קריסטן און די מוסולמענער) אז עס איז נישט דא מער ווי איין גאט (מאנאטעיזם) וואס הערשט איבער אלעם (וואס האט זיך אנגעהויבן ביי די יידן).
דער יידישער גאט ווערט גערופן מיט פארשידענע נעמען. אין חומש ווערט ער אפט גערופן אלהים, אדוני, י-ה-ו-ה, י-ה-ו-ה אלהים, אל שדי. אין אידיש ווערט ער גערופן גאט, אייבערשטער, באשעפער, הקב"ה, רבש"ע, און אין ענגליש ווערט ער אפט גערופן דורך פרומע יידן השם. ע"פ קבלה איז דא אן אומצאליגע סומע פון צירופי שמות וואס זענען נעמען פון גאט.
אידן גלייבן אז ער האט באשאפן די וועלט און פירט עס.
פארצייטנס זענען געווען אזעלעכע וואס האבן געגלויבט אז גאט איז אן אביעקט וואס איז געמאכט פון סטאַטוען, אדער זענען געווען אזעלכע וואס האבן געדינט די זון לבנה און די שטערן אד"ג, אזעלעכע רעליגיעס רופן יידן עבודה זרה. אברהם אבינו האט אנטפלעקט א נייעם באגריף וואס ערקלערט אַז גאט איז א אומבעקאַנטן העכערע באגריף.
אידן זאגן נישט ארויס דעם נאמען "גאט" צוליב שעצונג און הייליגקייט. ווי אויך איז דא וואס שרייבן עס נישט אראפ נאר אויב דער פּאַפּיר אויף וואס מען שרייבט דאס ווערט אוועק געלייגט און אפגעהיטן. אנשטאט'ס דעם שרייבן זיי "ג-ט".
צווישן די יידן זיינען דא פארשידענע אופנים אין דער אמונה אין גאט. אין פאריגע צייטן זענען געווען אסאך יידן (איינשליסנדיק אסאך גדולי ישראל) וואס האבן געגלויבט אז גאט האט א פיזישן קערפער. דער רמב"ם שרייבט גאר שארף אנטקעגן דער שיטה.
קבלה, און ספעציעל ווי ערקלערט דורך חסידות, שליסט איין אין דאס גלויבן אין גאט גלויבן אז ער איז דער איינציגער מציאות אויפ'ן וועלט. דער דאזיגער שיטה האט ארויסגערופן א שארפע התנגדות פון אנדערע קרייזן וואס האבן געמיינט אז דורך דעם קען מען אנקומען צו כפירה און עבודה זרה, מיינענדיק אז דער גאנצער וועלט איז גאט, און דערום קען מען דאווענען צו יעדער בוים און שטיין.
די קריסטליכע רעליגיע איז באזירט אויף דער יידישער, אבער מיט פארשידענע ענדערונגען. קאטאליקן גלייבן אז דער איין איינציגער גאט באשטייט פון דריי טיילן: דער פאטער, דער זון, און די הייליגער גייסט. זיי גלייבן אז גאט האט אראפגעשיקט א חלק פון זיך צו לעבן אויף דער וועלט ווי א בשר ודם און צו ליידן ייסורים וואס וועלן זיין א כפרה פאר אלע עבירות וואס מענטשן באגיין. זיי גלייבן אז יעזוס איז גע'הרג'עט געווארן אלס א קרבן, און ווער עס גלייבט אין אים איז פארזיכערט מחילה וסליחה און א חלק אין עולם הבא. זיי האלטן אז כאטש א גאט איז א גייסט און פירט מיט אלעס אהן, אבער דער צווייטער חלק פון גאט האט זיך נישט געוואלט העלפן און האט אנדערש געוואלט ליידן יסורים, מען זאל איהם פייניגען און אומבערעגען כדי צו זיין א כפרה פאר אלע מענטשן.
דער איסלאמישער גאט איז מער ענדליך צו די יידישע ווי די קריסטליכע. זיי גלייבן אז גאט איז נאר איין גאט, און אז יעזוס און מוכאמאד זענען געווען נביאים. זיי האלטן אויף פון די יידישע נביאים און פון חלקים פון דער יידישער תורה, אבער זיי האלטן אז די תורה וואס יידן האבן היינט איז פארדרייט געווארן דורך די יידן.
אבער סיי די קריסטליכע גלויבן און ווי אויך די איסלאמישע גלויבן זענען ביידע באזירט אויף די יידישע גלויבן.
די כנענים האבן געגלייבט אז די גאט "אל" איז די גאט פון אלע געטטער, און אז ער וואוינט אויף די שפיץ פון א בארג אין מדבר. זיין ווייב האט געהייסן אשרה, און זיי האבן געהאט א זוהן בעל וואס האט שפעטער מורד געווען אין זיין טאטע.
דער גרונט פון אלע רעליגיעס און איבערהויפט פון דער תורה, איז צו קענען גאט, אויף אזוי שטארק און ווייט אז מ'זאל אים נאכאנאנד ליבן, און פארכטן.
קאסלאמאגישע ארגומענט ערקלערט אז עס מוז זיין א ערשטע סיבה צו דער באשטאנד* (עלכ"פ אזוי האט אויסגעקוקט פאר נישט לאנג צוריק ווען מיר האבן נאכנישט געוויסט אזוי פיל, אין מיר זענען נאכנישט געווען אזוי פארגעשריטן)
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.