דער שווארצער ים איז אינלענדישער ים צווישן דרום-מזרח אייראפע און אנאטאליע וואס איז באהאפטן צום אטלאנטישן אקעאן דורכ'ן מיטלענדישן ים און דעם אַגאַישן ים און פארשידענע דורכגאסן. דער באספארוס דורכגאס פארבינדט דעם שווארצן ים מיטן ים פון מארמארא, דערנאך פירט דער לאנגער דארדאנעלן דורכגאס צום אגאישן ים. די וואסערן זענען דער צווישנשייד צווישן מזרח אייראפע און מערב אזיע. דער שווארצער ים האט אויך א פארבינדונג מיטן ים פון אזאוו דורכן קערטשער דורכגאס.

Thumb
מאפע פונעם שווארצן ים

דער שטח פונעם ים איז 436,400 קוואדראט ק"מ און זיין טיף איז ביז 2200 מעטער. 200 קוביק ק"מ זאלץ וואסער פליסן אריין אין ים פונעם באספארוס, און  320 קוביק ק"מ פרישוואסער פון די ארומיגע ראיאנען, בעיקר צענטראל און מיטל-מזרח אייראפע. דער חשב'סטער טייך וואס פליסט אין ים אריין איז דער דוניי.[1] אנדערע הויפט טייכן וואס פליסן אריין אין שווארצן ים זענען די דניעפער, דרום בוג, נעסטער, דאן און ריאני.

די לענדער אויפן ברעג פון שווארצן ים זענען טערקיי, רומעניע, בולגאריע, אוקראינע, רוסלאנד, און גרוזיע.[2] דער קרים האלבאינזל איז אן אויטאנאמישע רעפובליק אין אוקראינע, אבער ער האט פלאט-איינארדנונגען אונטער רוסישן קאנטראל אין סעוואסטאפאל.

חשובע שטעט אויפן בארטן זענען: קאנסטאנצא (באפעלקערונג 401,613), מאנגאליע (41,153), בורגאס (229,250), ווארנע (357,752) , אדעס (1,001,000), סעוואסטאפאל (379,200), יאלטא (80,552), קערטש (158,165), נאוואראסיאיסק (281,400), סאטשי (328,809), סוכומי (43,700), פאטי (47,149), באטומי (121,806), טראבזון (275,137), סאמסון (439,000) און זאנגולדאק (104,276)..


הידראלאגיע

Thumb
א בליק אויפן שווארצן ים פון א סאטעליט, געמאכט דורך NASA MODIS.


Fauna


רעפערנצן און ביבליאגראפיע

דרויסנדיקע פארבינדונגען

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.