From Wikipedia, the free encyclopedia
שאסיי 1 (העברעאיש: כביש אחד) אין ישראל איז א שאסיי פון תל אביב קיין יריחו דורך ירושלים.
דער ירושלים-תל אביב שאסיי איז דער פארנומענסטער און חשובסטער שאסיי אין ישראל, אויסגעפלאסטערט נאך אין 1869 דורך די טערקן, און אספאלטירט געווארן דורך דעם בריטישן מאנדאט. דער שאסיי איז בערך 95 קילאמעטער לאנג, פון תל אביב ביזן גרעניץ פון יארדאניע.
די ארגינעלע רוטע איז נישט אינגאנצן דער היינטיגער וועג קיין ירושלים. אין די 70ער יארן איז דער שאסיי איבערגעבויט געווארן, און איז געטוישט געווארן צו א נייעם וועג, צווישן לאטרון און תל אביב.
דער וועג פון שער הגיא (אין יידיש טויער פונעם טאל, אין אראביש באב על וואד), איז דער אלטער וועג קיין ירושלים.
דער שאסיי הייבט זיך אן אין תל אביב, וואו ער טיילט זיך אפ פון נתיבי איילון. ער פארבינד צו שאסיי 4, און צום בן גוריון פליפעלד, לוד, ראשון לציון, כביש שש, לאטרון, שער הגיא וואו א שטראז פירט קיין בית שמש, אבו גאש, ביז קיין ירושלים, ווי ער טיילט זיך אפ און פירט צו דער געגנט פראנצויזישער בארג, און פון דארט קיין מעלה אדומים און יריחו.
ביז 2007 איז דער שאסיי אדורכגעפארן סאכאראוו גארטנס און דעם אריינגאנג צו ירושלים, און דער פֿארקער איז אפטמאל געווען פארשטאפט. אין 2007 האט מען געווידמעט א נייע ליניע פאר שאסיי 1 דורך טונעלן פון מוצא ביז יגאל ידין וועג און גאלדא מאיר בולוואר וואס פארמיידט דעם אריינגאנג קיין ירושלים.
פון 2011-2016 האט מען פארבעסערט דעם טייל פונעם שאסיי צווישן שער הגיא און מוצא, מיט נאך א טראקט אין יעדער ריכטונג און עטלעכע נייע קנופן.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.