הער ריטשאַרד סטאַרקי (ענגליש: Sir Richard Starkey, באקאנט מיטן טריבונע נאמען רינגאָ סטאַר (Ringo Starr), געבוירן דעם 7טן יולי 1940) איז אן ענגלישער מוזיקער און אקטיאר. ער איז מערסטנס באקאנט געווארן אלס דער צימבלער פון "די ביטלס". ער האט מיטגעגאַנגען דער טרופע אין 1962 אנשטאט זייער ערשטער צימבלער, פיט בעסט. ער איז שנעל באַליבט געווארן און איז געווארן זייער פאפולער. נאך דער טרופע האט זיך אויפֿגעשפּאָלט איז ער געווארן א סאלא קינסטלער; צווישן זיינע לידער זענען געווען "It Don't Come Easy", "Photograph" (געשריבן מיט דזשארדזש האריסאן), "You're Sixteen" (מיט פאל מאקארטני און הארי נילסאן) און "(Only You (And You Alone" (מיט דזשאן לענאן און ווידער א מאל מיט נילסאן).

גיכע פאקטן געבורט, מדינה ...
רינגא סטאר
Sir Richard Starkey
Thumb
געבורט 7 יולי 1940 (אלט 84)
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פויקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט Thumb רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.ringostarr.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פארמאכן

סטאַר האט געשפילט אין א סאך פילמען אויסנעמלעך די וואס ער האט געטאן מיט "די ביטלס", וועלכע שליסן איין "דער צויבערלעכער קריסט" (1969), "דאס וועט ווערן דעם טאג" (1973), "היילמענטש" (1980), און אלס מיסטער קאנדוקטאר אין דער ערשטער סעזאן פון דער טעלעוויזיע סעריע פאר קינדער "גלאַנציקע צייט סטאנציע" (1989). דערנאך האט דער אמעריקאנער קאמיקער דזשארדזש קארלין דאס ראלע גענומען. ער איז אויך געווען דער נאַראַטאָר אין די ערשטע צוויי סעזאנען פון "טאמעס דער טאַנק לאקאמאטיוו און פריינט" (1984-1986). אויך האט ער געמאכט א פילם מיט "די ביטלס" מיטן נאמען "א שווערע טאגעדיקע נאכט" אין 1964.

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.