From Wikipedia, the free encyclopedia
די קירילישע אָדער צירילישע שריפט איז אן אלפאבעטישע שריפט סיסטעם וואס האט זיך אנטוויקלט אין דער ערשטער בולגארישער אימפעריע אין דעם 10טן יארהונדערט, ווען באריס דער ערשטער פון בולגאריע האט געוואלט אז די בולגארן זאלן האבן זייער אייגענע שריפט סיסטעם.[1] זי איז דער יסוד פון די אלפאבעטן וואס מען ניצט אין פארשידענע שפראכן אין מזרח אייראפע און אזיע, ספעציעל די סלאווישע שפראכן און שפראכן פון פעלקער וואס זיינען אדער זיינען געווען אונטער דער השפעה פון רוסלאנד.
קיריליש שטאמט פונעם גריכישן אלפאבעט, מיט צוגעלייגטע קאנסאנאנטן פאר קלאנגען נישט געטראפן אין גריכיש. אזוי, למשל, צוויי בוכשטאבן צו באצייכענען די t͡s און ʃ קלאנגען זענען געקומען דירעקט פון לשון קודש: Ц (פון צ) און Ш (פון ש).
זינט בולגאריע איז געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד דעם 1טן יאנואר 2007, איז קיריליש געווארן די דריטע אפיציעלע שריפט פונעם אייראפעישן פארבאנד, נאך די לאטיינישער און גריכישער שריפטן.
קיריליש איז די סטאנדארטע שריפט פאר שרייבן די פאלגנדע שפראכן:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.