ספר פון רבי לוי יצחק בערדיטשעווער From Wikipedia, the free encyclopedia
דער ספר קדושת לוי איז איינע פון די בארימטסטע חסידישע ספרים געשריבן דורכן באוואוסטן חסידישער רבי'ן, רבי לוי יצחק בערדיטשובער.
דער ספר פארמאגט א באזונדערע חשיבות, וויבאלד עס איז געדרוקט געווארן פון מאנוסקריפטן וועלכע ער האט אליין געשריבן - אנדערש ווי די מערהייט פון די ספרים פון חסידישע רבי'ס וועלכע זענען געשריבן געווארן דורך תלמידים.
דער ספר אנטהאלט חסידישע תורות און בחינות אויף די סדר הפרשיות און ימים טובים, און ביים סוף איז פארהאן ליקוטים אויף פארשידענע מאמרי און אגדות חז"ל און בעיקר איז בארימט די קדושות ווי ער באשרייבט געוואלדיגע בחינות אויף די טעג פון חנוכה און פורים און "כללות הניסים".
ווי רבי אהרן פון זיטאמיר שרייבט אין די הסכמה אין יאהר תקע"ה פאר אן אייניקל וועלכע וויל איבערדרוקן דעם זיידנס ספרים, איז עס ארגינעל ערשינען אין צוויי באזונדערע חלקים. דער טייל פון די אגדות סבי דבי אתונא און נאך, און בעיקר די קדושות אויף חנוכה און פורים איז נאך געדרוקט געווארן בחיי המחבר, און די טייל על התורה און ליקוטים שוין נאך זיין פטירה.
אויך האט דער אפטער רב געגעבן א הסכמה פארן זעלבן אייניקל אום חודש כסליו פון יאהר תקע"ה.
אינעם ערשטן באנד האט ער אויך אריינגעדרוקט חידושים פון זיין טאטן רבי מאיר רב אין הוסאקאוו און זיינע קינדער רבי ישראל פון פיקוב און רבי מאיר.
דער ספר איז איבערגעדרוקט געווארן אומצאליגע מאל, און אין עטליכע דרוקן (בעיקר אין ווארשא) האט מען צוליב די גרויסע הוצאת הדפוס ארויסגעלאזט אסאך חלקים פונעם ספר, וועלכע מ'האט שפעטער צוריקגעשטעלט אינעם מונקאטשער דרוק אונטערן נאמען "קדושת לוי השלם".
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.