From Wikipedia, the free encyclopedia
קאזשניץ (פּויליש: Kozienice קאזשעניצע) איז א שטעטל אין צענטראל פוילן מיט 21,500 איינוואוינער (1995). עס איז די הויפטשטאט פון קאזשניצער פאוויאט (פויליש: Powiat kozienicki).
קאזשניץ געפינט זיך אין דער מאזאווישער גובערניע (זייט 1999); פריער איז עס געווען אין דער ראדעמער גובערניע (1975-1998) און אין קעלצער גובערניע (1919-1939, 1945-1975).
אין קאזשניץ איז דא א ריזיקע טערמאלע קראפט סטאנציע.
קאזשניץ איז אין ראָדעם געגנט, זעקס ק"מ פון ווייסל, ארומגענומען מיט וועלדער, וואסער, דערפער און שטעטלעך ווי זוואלין, גניוואשאוו, מאגנושאוו, ריטשעוואל און גארבאטקע.
די יידישע קהילה אין קאזשניץ האט געהאט א לאנגע היסטאריע במשך 400 יאר. אין די ה'ת"ק יארן איז דער קאזשניצער מגיד געווען פון די וואס האבן געברענגט חסידות אריין אין קאנגרעס פוילן. ער האט גערינדעט דעם קאזשניצער הויף.
אין 1856, פון 2,885 איינוואוינער אין קאזשניץ זענען געווען 1,961 יידן, און אין 1897, פון 6,882 מענטשן זענען 3,700 געווען יידן.
פארן צווייטן וועלט קריג זענען געווען די צוויי עיקר אינדוסטריעס טוריזם (יידן וואס זענען געקומען מבקר זיין דעם מגיד'ס אהל) און . שיך פאבריקאציע.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.