Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
א פרה אדומה איז א רויטע קו, איז אן ענין אין יידישקייט. מען ניצט די אש פון דער קו געמישט מיט קוואל וואסער מטהר צו זײַן מענטשן און כלים וואס זענען געווארן טמא פון א מת. די פרה אדומה מוז זיין א ריין רויטע קו, מיט נאר רויטע האר, וואס האט קיינמאל נישט געטראג קיין יאך.
ווען א מענטש אדער א מעטאלע כלי רירט אן, אדער געפֿינט זיך אינעם זעלבן אוהל (שטוב) מיט א קערפער פון א א טויטן מענטש, ווערט דער מענטש אדער די כלי טמא מת. אזא מענטש טאר נישט עסן תרומה (אויב ער איז א כהן) אדער מעשר שני אדער קדשים, אזוי אויך טאר ער נישט ארײַנגיין אין דער עזרה פונעם בית המקדש. דער מענטש אדער דער כלי קען נאר ווערן טהור אז מען שפריצט אויף אים, דעם דריטן און דעם זיבעטן טאג, פונעם אש פון דער פרה אדומה. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק אין פרשת חוקת: ("וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ פָרָה אֲדֻמָּה תְּמִימָה אֲשֶׁר אֵין-בָּהּ מוּם, אֲשֶׁר לֹא-עָלָה עָלֶיהָ, עֹל" -ויקרא י"ט, ב'); ("הַנֹּגֵעַ בְּמֵת, לְכָל-נֶפֶשׁ אָדָם וְטָמֵא ... הוּא יִתְחַטָּא-בוֹ" - במדבר י"ט, י"א). דערנאך מוז מען זיך טובל'ן אין א מקוה.
א קו איז נאר כשר אויף דעם צוועק ווען:
די קו דארף מען שעכטן און פֿארברענען אויף הר הזיתים אין אן ארט וואו מ'קען ארײַנקוקן אין בית המקדש.
די משניות אין מסכת פרה רעדן אדורך די אלע פרטים פון די דינים, ווי אויך הלכות פרה אדומה אין רמב"ם.
חז"ל ברענגען א מעשה וועגן דמא בן נתינה, א גוי וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין בכיבוד אב, און האט נישט געוואלט פארקויפן פאר די חכמים א שטיין וואס האט אויסגעפעלט צום חושן (איינער פון די בגדי כהונה אינעם בית המקדש), ווייל ער וואלט געהאט געדארפט אויפוועקן זיין פאטער פון שלאף. א צייט שפעטער האט ער זוכה געווען אז ס'איז ביי אים געבוירן געווארן א פרה אדומה, וואס ער האט פארקויפט צו די חכמים פאר א פארמעגן געלט.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.