דער פערסישער קאַלענדאַר, אויך איראנישער קאלענדאר ( (פּערסיש: گاهشماری ایرانی גאַסאמאַריע איראַני) איז א זון־קאלענדאר און דער אפיציעלער קאלענדאר היינט אין איראן און אפגאניסטאן. דאס יאר הייבט אן ביי דער פרילינג־גלייכנאכט, געמאסטן אין די אסטראנאמישע אבסערוואטאריעס פון טעהראן און קאבול. אזוי ווי דער קאלענדאר ווערט גערעכנט אסטראנאמיש, איז ער פונקטלעכער ווי דער גרעגאריאנישער קאלענדאר, וואס איז אויסגערעכנט לויט א מאטעמאטישן פֿארמל.
די היינטיקע רעכענונג פון יארן אינעם פערסישן קאלענדאר הייבט אן פון דער הידזשרע, אזוי ווי דער לבנה־מוסולמענישער קאלענדאר; אבער, אזוי ווי דאס לבנה־יאר איז אומגעפער 3% קירצער פון דעם זון־יאר, איז געווארן במשך די יארן אן אפשטאנד צווישן די צוויי קאלענדארן. למשל, דאס יאר 2010 אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר איז 1431/32 אינעם מוסולמענישן קאלענדאר, אבער 1388/89 אינעם פערסישן קאלענדאר.
Wikiwand in your browser!
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.