שטעטל אין סלאוואקיי From Wikipedia, the free encyclopedia
פעזינג (סלאוואקיש: Pezinok; אונגאַריש: Bazin; דײַטש: Bösing; לאטייניש: Bazinium) איז א שטעטל אין דרום־מערב סלאוואקיי . עס געפֿינט זיך בערך 20 קילאמעטער צפון-מזרח פון בראַטיסלאַוואַ און, אין דעצעמבער 2018, האט געהאט אַ באַפעלקערונג פון 23,002.
|
פּעזינג ליגט לעבן די קליינע קאַרפּאַטן און לעבט איבערהויפט פון וויטיקולטור און אַגריקולטור, ווי אויך פון ציגל מאכן און קעראַמיק פראָדוקציע.
פון דער צווייטער העלפט פונעם 10טן יארהונדערט ביז 1918 איז עס געווען א טייל פונעם קעניגרייך פון אונגארן. פּעזינג ווערט דערמאנט צום ערשטן מאָל אין 1208 מיטן נאָמען "terra Bozin" טעראַ באָזין. אין די קומענדיגע יארהונדערטער האט זיך דאס שטעטל געטוישט פון א מינעריי-יישובֿ צו אַ ווײַנגאָרטן-שטאָט. עס האט באקומען דעם סטאַטוס פון אַ פרייער קעניגלעכער שטאָט אום 14טן יוני 1647. פּעזינג איז געווען איינע פון די רייכסטע שטעט אין דעם קעניגרייך פון אונגארן. זיין עשירות איז געווען באזירט אויף דער פראָדוקציע פון איכותדיקע וויינען. אינעם 19טן יארהונדערט האט דאס שטעטל פאמעלעך אנגעהויבן זיך אינדוסטריעליזירן : דא האט מען געגרינדעט די ערשטע שוועבל־זויער פאבריק אין אונגארן. נאך מער האט עס געוואקסן מיט דער פארבינדונג צו דער באַן נעצווערק. נאך דער צעטיילונג פון עסטרייך-אונגארן אין 1918/1920, איז דאס שטעטל געווארן א טייל פון דעם ניי-געגרינדעטן טשעכאסלאוואקיי.
אין יאר 1857 האבן געוואוינט אין פעזינג 540 יידן, און אין יאר 1940, 235 יידן.[1]
הרב יצחק טוביה ווייס, גאב״ד פון ירושלים, איז געבוירן געווארן אין פעזינג.
פּעזינג האט די צווילינג שטעט:[2]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.