From Wikipedia, the free encyclopedia
ערמאנט איז א דערפל אין ראמאפא, ראקלענד קאונטי, ניו יארק. דאס דערפל איז געגרינדעט און באזירט געווארן אין יאר 1991. עס געפונט זיך צפון פון ניו זשערסי, מזרח פון סאפערן, דרום פון מאנסי און מאנטעבעלא און מערב פון טשעסנאט רידזש. דער פאראייניגטע שטאטן צענזוס ביורא שאצט אפ די באפעלקערונג 8,628 (2010).
דורך די פארלויפענע יארן האבן פיל יידן זיך באזירט דארט און היינט צו טאגס ציילט אפ די יידישע געמיינדע אין ערמאנט הונדערטער משפחות. אין יאר 2005 האט די ישיבה "משכנות לאביר יעקב" (טאהש-מאנסי) געוואלט זיך אריבערציען אהין, און אויכעט אויפצובויען אן אינטערנאט, און זיי האבן שוין געהאט געקויפט א שטח, אבער זייער פארלאנג איז אפגעלייגט געווארן דורך דער אדמיניסטראציע פונעם דערפל צוליב פארשידענע סיבות. די הויפט טענה פון דער אדמיניסטראציע איז געווען אז איינע פון די תקנות פונעם דערפל איז נישט צו האבן אדער בויען סיי וועלכע רעליגיעזע מוסדות. נאכדעם האט די ישיבה איינגעגעבן א אנקלאג אין אויבערגעריכט אז מען האט זיי דיסקרימינירט אויפן גרונד פון רעליגיע (א זאך וואס רעכנט זיך גאר הארב און שטרענג פארבאטן אין אמעריקע). אין 2011 האט דער אויבערגעריכט געפסק'נט אז די תקנות פונעם דערפל מוזן ווערן געטוישט זאפארט, און דערצו האט דער ריכטער באשטראפט די ערמאנט אדמיניסטראציע מיט א סומע פון $10,000 און געגעבן ערלויבעניש פאר דער ישיבה אויפצושטעלן אן אינטערנאט דארט.
דער בארימטער חסידישער זינגער ליפא שמעלצער איז איינער פון די מער באוואוסטע איינוואוינערס פון ערמאנט. אין יאר 2010 האט ער געעפנט א שוהל מיטן נאמען "ערמאנט שוהל" וואס ער פירט אן מיט א ליבעראלער פאליסי. איינע פון די הויפטזעכלעכע תקנות פון דער שוהל איז צו רעספעקטירן און געבן כבוד פאר יעדן איינעם, נישט קיין חילוק פון וועלכן קרייז ער קומט אדער וויאזוי גייט ער אנגעטוהן.[1]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.