בריטישער קאמפאזיטאר From Wikipedia, the free encyclopedia
ענדרו לויד וועבער (ענגליש: Andrew Lloyd Webber; געבוירן דעם 22סטן מערץ 1948) איז אַ בריטישער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקטעאַטער אימפּרעסאַריאָ. זיין פֿירמע "די רילי יוזפֿול גרופּע" איז איינער פֿון די גרעסטע לאָנדאָנער טעאַטער אָפּעראַטאָרן.
געבורט |
22 מערץ 1948 (אלט 76) קענזינגטאן, פאראייניגטע קעניגרייך |
---|---|
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך |
www | |
אין 2018 איז לויד וועבער געוואָרן איינער פֿון 15 מענטשן וואָס האָבן געוואונען די אָסקאַר, גרעמי, טאָני און עמי פּריזן.
אַדורך זיין קאַריערע האָט ער פּראָדוצירט 15 מוזיקשוישפּילן (אַ סך וועלכע זענען געשטעלט געוואָרן אינעם וועסט ענד און אין בראָדוויי פֿאַר צען יאָר אָדער העכער). צווישן זיינע ליריקער זענען געווען טים רייס, דאָן בלעק, קריסטאָפֿער העמפּטאָן, ריטשאַרד סטילגאָ און בען עלטאָן. אויך האָט ער געשריבן די מוזיק פֿאַר צוויי פֿילמען: "גאַמשו" און "דער אָדעסע דאָסיע". ער האָט געוואונען אַ סך פּריזן פֿאַר זיינע שאַפֿונגען, בפֿרט זיבן טאָני פּריזן, דריי גרעמי פּריזן, איין אָסקאַר, אין אינטערנאַציאָנאַלער עמי, זעקס אָליוויע פּריזן און איין גאָלדענער גלאָבוס.
לויד וועבער'ס צווייטער חתונה איז געווען מיט דער אַקטריסע און זינגערין שרה ברייטמאַן. זיי האָבן געגט זיך אין 1990. זיין דריטע און איצטיקע ווייב איז מאַדלען גורדאָן. זיין יינגערער ברודער איז דער טשעליסט דזשוליען לויד וועבער. דעם 25סטן אָקטאָבער 2009 איז לויד וועבער דיאַגנאָזירט געוואָרן מיט די ערשטע עטאַפֿן פֿון פֿראָסטאַטע ראַק. ער האָט זיך געהיילט נאָך אַן אָפּעראַציע.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.