From Wikipedia, the free encyclopedia
עלעמענטארע אלגעברע נעמט איין טייל פון די גרונטלעכע באגריפן פון אלגעברע, וואס איז איינער פון די הויפט צווייגן פון מאטעמאטיק. געוויינטלעך טוט מען דאס לערנען מיט הויכשולע סטודענטן און דאס בויט אויף זייער פארשטאנד פון אריטמעטיק. בשעת ווען אריטמעטיק באהאנדלט ספעציפישע נומערן,[1] ברענגט אלגעברע אריין קוואנטיטען אן באשטימטע ווערטן, וואס מע׳רופט וואריאבלען.[2] ניצן וואריאבלען אזוי ברענגט צו א באניץ פון אלגעברעאישער נאטאציע און א פארשטאנד פון די אלגעמיינע כללים פון אפעראטארן פון אריטמעטיק.
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ. דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
אנדערש פון אבסטראקטער אלגעברע, באהאנדלט נישט עלעמענטארע אלגעברע קיין אלגעברעאישע סטרוקטורן אויסער רעאלע און קאמפלעקסע צאלן.
אלגעברעאישע נאטאציע באשרייבט ווי מען שרייבט אלגעברע. עס זענען פארהאנען געוויסע כללים און אן אייגענע טערמינאלאגיע. למשל, דער אויסדריק האט די פאלגנדע קאמפאנענטן:
1 : פאטענץ, 2 : קאעפיציענט, 3 : צוגאב, 4 : אפעראטאר, 5 : קאנסטאנט, : וואריאבלן
א קאעפֿיציענט איז א נומערישער ווערט, אדער א בוכשטאב וואס רעפרעזענטירט א נומערישן קאנסטאנט, וואס טאפלט א וואריאבל (מען שרייבט נישט דעם אפעראטאר). א צוגאב איז א גרופע פון קאעפיציענטן, וואריאבלען און פאטענצן וואס ווערט געשיידט פון אנדערע צוגאבן מיט א פלוס אדער א מינוס אפעראטאר.[3] בוכשטאבן רעפרעזענטירן וואריאבלען און קאנסטאנטן. דער שטייגער איז צו ניצן בוכשטאבן ביים אנהייב פונעם לאטיינישן אלפאבעט (למשל ) צו רעפרעזענטירן קאנסטאנטן, און די ביים סוף פונעם אלפאבעט (למשל און ) צו רעפרעזענטירן וואריאבלען.[4] מען שרייבט די בוכשטאבן קורסיוו.[5]
אלגעברעאישע אפעראציעס ארבעטן גענוי אזוי ווי אריטמעטישע אפעראציעס,[6] ווי צוגאב, אראפנעם, טאפלונג, צעטיילונג and פאטענץ.[7] און ווערן געוואנדן צו אלגעבראישע וואריאבלען און טערמינען. מען טוט נישט שרייבן דעם טאפלונג סימבאל ווען צוויי וואריאבלען אדער טערמינען קומען נאכאנאנד, אדער נאך א קאעפיציענט. למשל, ווערט געשריבן , און ווערט געשריבן .[8]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.