Remove ads

עליה (מ"צ עליות) איז טייטש ארויפגיין. געוויינטלעך מיינט דאס ווען איינער ווערט אויפגערופן צו דער תורה און מען ליינט פאר פאר אים א פרשה אין דער תורה.

דער ארטיקל דיסקוטירט עליה צו דער תורה. טאמער זוכט איר עליה אין ארץ ישראל, זעט עליה אין ארץ ישראל.

די ערשטע עליה גיט מען א כהן, און די צווייטע עליה א לוי. די אנדערע עליות גיט מען ישראלים. אום שבת און יום טוב קען מען געבן די עליה "מפטיר" סיי א כהן סיי א לוי סיי א ישראל. אויך, שבת קען מען מאכן הוספות; אין אזא פאל הייסט די לעצטע עליה פאר מפטיר "אחרון". די אחרון עליה קען מען אויך געבן יעדעם איינעם.

דער וואס האט אן עליה הייסט דער "עולה". פאר דער עליה זאגט ער ברכו און מאכט ער די ברכה "אשר בחר בנו. נאך זיין עליה זאגט ער די ברכה "אשר נתן לנו תורת אמת".

Remove ads

ווען לייענט מען די תורה און וויפיל עליות רופט מען אויף

  • שבת - יעדן שבת נאך שחרית לייענט מען די סדרה און מען רופט אויף זיבן עליות, און דערנאך רופט מען אויף מפטיר.

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.

Remove ads