עדווארד בענעש
From Wikipedia, the free encyclopedia
עדווארד בענעש (28סטן מיי 1884 - 3טן סעפטעמבער 1948) איז געווען א טשעכישער פאליטיקער, און א וויכטיגער שטאטסמאן.
געבורט |
28 מאי 1884 עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
3 סעפטעמבער 1948 (אלט 64) טשעכאסלאוואקיי |
מדינה | עסטרייך אונגארישע אימפעריע, טשעכאסלאוואקיי |
חתימה | |
ער איז געווען א פארלעמענטארישער העלפער פון טאמאס מאסאריק, דער ערשטער טשעכישער פרעזידענט. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, האט ער געדינט אלס דער ערשטער אויסערן מיניסטער פון טשעכאסלאוואקיי.
אין 1935, נאכדעם וואס מאסאריק איז געשטארבן, איז בענעש געווארן פרעזידענט, פון דער טשעכאסלאוויקישער רעפובליק, ער האט געהערט צו דער לינקער, טשעכישער פאלקס סאציאליסטישער פארטיי.
מיט ענגלאנדס און פראנקרייכס דרוק אויף אים, האט ער אפגעגעבן דאס סודעטן געביט צו דייטשלאנד, און נאך דער מינכן קאנפערענץ האט ער פארלאזט זיין לאנד.
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, איז ער געווען פרעמיער מיניסטער פון דער טשעכישע רעגירונג אין גלות, וואס איז געווען אנערקענט דורך ענגלאנד, אמעריקע, און שפעטער אויך דורך רוסלאנד, ווען דער קריג האט זיך געענדיקט, איז ער אויפגענומען געווארן אין טשעכיי ווי א העלד, און ער איז ווידעראמאל ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט אין 1946. אבער אין 1948, ווען די קאמוניסטן האבן זיך געשטארקט, האט ער רעזיגנירט פון אמט, און נאך אייניגע מאנאטן געשטארבן.
Wikiwand in your browser!
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.