עסקן אין ירושלים From Wikipedia, the free encyclopedia
נפתלי צבי פרוש-גליקמאן (א' אב תרל"א - כ"ג שבט תשי"ב) איז געווען אן עסקן פונעם אלטן יישוב אין ירושלים, און דער גרינדער פון דעם שערי חסד פערטל אין ירושלים.
געבורט |
19 יולי 1871 א' אב תרל"א ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט |
19 פעברואר 1952 (אלט 80) כ"ג שבט תשי"ב ירושלים | |
קבורה ארט | הר המנוחות | |
באשעפטיגונג | עסקן, גרינדער | |
ער איז געבוירן געווארן אין ירושלים, צו שלמה זלמן פרוש. זיין סנדק איז געווען הרב שמואל סאלאנט און זייןמוהל איז געווען הרב מאיר אויערבאך. ער האט געלערנט אין דעם עץ חיים חדר. אין זיין יוגנט האט ער געליטן פון טיילווייז בלינדקייט פון וועגן דעם האט ער נישט געקענט מעיין זיין אין א ספר.
ער האט חתונה געהאט מיט מרים יוכבד שפרה, א טאכטער פון משה ריוולין (ברודער פון יוסף ריוולין). איר שוועסטער רחל איז געווען די ווייב פון הרב חיים מן, ראש המלמדים אין דעם עץ חיים חדר. נאָך זיין פֿאָטער׳ס פטירה אין יאר תרנ"ח (1898), האט ער גענומען אויף זיך דעם עול פון אויפהאלטן די הויזגעזינד און האט געזארגט פאר זיין מוטער די אלמנה און זיינער ברידער, טייל פון זיין האט ער געמאכט זייערע חתונות. אויך האט ער געזארגט פאר זיין ווייב׳ס משפחה, וואס זייער פאטער איז נפטר געווארן יונגערהייט.
איינער פון זיינע אייניקלעך איז דער עסקן און מיניסטער מאיר פרוש.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.