From Wikipedia, the free encyclopedia
ניו זילאנד (ענגליש: New Zealand) איז אַן אינזל־לאַנד אין דעם דרום פאציפישן אקעאן, וואס אנטהאלט צוויי גרויסע אינזלען, צפון אינזל און דרום אינזל, מיט עטלעכע 600 קליינע אינזלען. 4,1 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען דאָרט. זײַן הױפּטשטאָט איז װעלינגטאָן און די מערסט באפעלקערטע שטאט איז אויקלאנד. ניו זילאנד געפינט זיך 1500 ק"מ מזרח פון אויסטראליע, אריבער דעם טאסמאן ים, און 1000 ק״מ דרום פון די פאציפישע אינזלען ניי קאלעדאניע, פידזשי און טאנגא.
www |
ניו זילאנד New Zealand (ענגליש) Aotearoa (מאַאָריש) | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אָקעאַניע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | ענגליש מאַאָריש | ||||
הויפּטשטאָט | וועלינגטאן 41°17′S 174°27′E | ||||
גרעסטע שטאָט | אויקלאנד | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארע דעמאקראטיע | ||||
מאָנאַרך פּרעמיער מיניסטער |
טשארלס דער דריטער קריסטופר לקסון | ||||
גרינדונג דאַטום |
7טן מיי 1856 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
268,021 קוואַדראַט ק"מ 75סטער 1.6 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
4,850,350 120 17.9 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $195.1 ביליאן | ||||
וואַלוטע | ניו זילאַנדער דאֶָלער | ||||
צײַט זאָנע | UTC+12 | ||||
אינטערנעט דאָמען | nz. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 64+ | ||||
אין 1951 האבן זיך פאראייניגט אויסטראליע, ניו זילאנד און די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אינעם אנזוס זיכערהייט אפמאך.
פאלינעזער האבן זיך באזעצט אין די אינזלען וואס זענען היינט ניו זילאנד צווישן 1250 און 1300 און זיי האבן אנטוויקלט א באזונדערע מאארישע קולטור. אין 1642 איז דער האלענדישער אויספארשער אבעל טאסמאן געווארן דער ערשטער אייראפער צו זען ניו זילאנד.
ניו זילאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, און ראנגט הויך אין געזונג, בילדונג, עקאנאמישע פרייהייט און קוואליטעט פון לעבן.
דער עקסעקוטיוו פון לאנד איז דער קאבינעט, געפירט דורכן פרעמיער מיניסטער, וואס איז היינט קריס היפקינס. דער ראש מלוכה איז דער מלך טשארלס דער דריטער, רעפרעזענטירט דורך א גובערנאטאר-גענעראל, היינט דאמע פאטסי רעדי. ניו זילאנד איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, די קאמאנוועלט, אנזוס, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, פאציפישע אינזלען פארום און אזיע-פאציפיש עקאנאמישע קאאפעראציע.
אין 1645 האבן האלענדישע קארטארגראפן געגעבן די אינזלען דעם נאמען Nova Zeelandia (נאוואַ זילאַנידאַ) נאכן האלענדישן פראווינץ זילאנד.[1][2] דער בריטישער אויספארשער דזשיימס קוק האט שפעטער אנגליציזירט דעם נאמען צו New Zealand (ניו זילאנד).[3]
אין יאר 1788 איז קאפיטאן ארטור פיליפ געווארן גובערנאטאר פון דער נייער בריטישער קאלאניע ניו סאוט וויילס, וואס האט איינגעשלאסן ניי זילאנד.[4] די בריטישע רעגירונג האט באשטימט דזשיימס באזבי בריטישער רעזידענט צו ניי זילאנד אין 1832 נאך א פעטיציע פון צפון מאארי.[5] אין 1835, נאך א פראקלאמאציע פון אט-אט א פראנצויזישע באזעצונג דורך שארל דע טיערי, האבן די פאראייניגטע שבטים פון ניי זילאנד געשיקט א דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט צום מלך וויליאם דער פערטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך בעטנדיק שיץ.[5] דערנאך האט דאס קאלאניעס ביורא געשיקט קאפיטאן וויליאם האבסאן צו פאדערן סואווערענטעט פארן פאראייניגטן קעניגרייך און צו פארהאנדלען אן אפמאך מיט די מאארי.[6] דער אפמאך פון ווייטאנגי איז געחתמ׳עט געווארן דעם 6טן פעברואר 1840.[7]
ניו זילאנד באשטייט פון צוויי הויפט אינזלען און אומגעפער 600 קלענערע אינזלען. די צוויי הויפט אינזלען (דער צפון אינזל, אדער Te Ika-a-Māui טע איקאַ־אַ־מאַאואי, און דער דרום אינזל, אדער Te Waipounamu טע ווייפונאַמו) זענען צעשייד דורכן קוק דורכגאס, 22 ק״מ ברייט ביים שמעלסטן פונקט.[8] אויסער די צפון און דרום אינזלען, זענען די פינעף גרעסטע באפעלקערטע אינזלען סטוארט אינזל, טשאטאם אינזל, גרויס באריער אינזל (אין דעם האוראקי איינגאס),[9] ד׳ערוויל אינזל (אין די מארלבארא דורכגאסן)[10] און ווייהעקע אינזל (בערך 22 ק״מ פון צענטראלן אקלאנד).[11]
ניו זילאנד איז לאנג און שמאל (מער ווי 1600 ק״מ לענגאויס זיין צפון־צפון־מזרח אַקס מיט א מאקסימום ברייט פון 400,[12] מיט אומגעפער 15,000 ק״מ פון בארטנליניע[13] און א סך־הכל שטח פון 268,000 ק״מ.[14] אזוי ווי ניו זילאנד האט פארווארפענע אינזלען און א לאנגע בארטנליניע, האט דאס לאנד פארשפרייטע ים־רעסורסן. זיין עקסקלוסיווע עקאנאמישע זאנע איז איינע פון די גרעסטע אין דער וועלט, און באדעקט מער ווי 15 מאל אזוי ווי זיין לאנד שטח.[15]
דער דרום אינזל איז די גרעסטע יבשה פון ניו זילאנד און איז דער 12ט גרעסטער אינזל אין דער וועלט. ער איז צעטיילט לענגאויס דורך די דרום אלפן.[16] עס זענען פאראן 18 שפיצן העכער פון 3000 מעטער, וואס דער העכסטער פון זיי איז בארג קוק, הויך 3754 מעטער.[17] פיארדלאנד אין דעם דרום־מערבדיקן ווינקל פון דרום אינזל האט שטאציקע בערג און טיפע פיארדן.[18] דער צפון אינזל איז דער 14ט גרעסטער אינזל אין דער וועלט, און איז נישט אזוי בערגיק אבער האט וואולקאנען.[19] אין דעם נארד אינזל וואולקאנען־פלאטא געפינט זיך דער העכסטער בארג אין נארד אינזל, בארג רואפעהו (2797 מעטער), און אויך די גרעסטע אזערע אין דעם לאנד, אזערע טאופא,[20] וואס טוליעט זיך אין דער קאלדערע פון איינעם פון דער וועלט׳ס מערסט טעטיגע סופערוואולקאנען.[21]
ניו זילאנד איז א טייל פון אויסטראלאזיע, און איז אויך דער דרום־מערבדיקער עק פון פאלינעזיע.[22] מען ניצט אפט דעם טערמין אקעאניע צו באדייטן דעם ראיאן וואס נעמט איין דעם קאטינענט אויסטראליע (קאנטינענט), ניו זילאנד און נאך אינזלען אין דעם פאציפישן אקעאן וואס זענען נישט איינגעשפארט אין דעם זיבן-קאנטינענט מאדעל .[23]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.