Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
מנחם מענדל האגער איז דער וויזשניצער רבי פון קייאמישע לייק.
פאך | אדמו"ר |
---|---|
רבי מענדל איז געבוירן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן צו זיין פאטער רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי. ביי זיין ברית, איז זיין זיידע הרה"ק דער אמרי חיים געווען דער סנדק, און ער האט באקומען דעם נאמען "מנחם מענדיל" נאך דעם גרינדער פון דער וויזשניצער דינאסטיע, הרה"ק רבי מנחם מענדיל האגער, בעל מחבר ספר "צמח צדיק". אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין בני ברק אונטער דעם אויפזיכט פון זיין זיידן דער אמרי חיים, פון וועם ער האט געהאט די זכיה צו שעפן תורה און יראת שמים, און צו וועמען ער איז געווען געבונדען זייער שטארק.
ווען ער האט דעגרייכט דעם פרק 'האיש מקדש', האט ער געהייראט זיין שוועסטער־קינד מרת פייגא שפרה, טאכטער פון רבי חי יצחק טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי אין אמעריקע.
א סאך יארן האט ער געדינט אלס רב פון דער מאנסי-וויזשניצער קהילה אין דעם וויזשניצער שטעטל קייאמישע לייק, וואו עס וואוינען רעגלמעסיג 110 משפחות דורכאויס דעם יאר, און וואו ס'געפינט זיך די ישיבה גדולה פונעם חסידות. פילצאליגע יונגעלייט וואס האבן געלערנט אין דער ישיבה האבן אויך אהינגעצויגן וואוינען דויערהאפטיג. דער רבי איז באקאנט אלס א קלוגער מענטש און אן אויסטערלישער תלמיד חכם, זיין דרך הלימוד איז לויט דעם אונגארישן שטייגער בעומק הפשט, זייענדיג מדייק אין יעדן ווארט. דער ספר "דקדוקי סופרים" איז אפטמאל א גאסט ביי אים. צווישן די כתבים פונעם רבי'ן זענען פאראן פילצאליגע פלפולים, חידושי תורה און שיעורים וועלכע ער האט אפגעשריבן דורכאויס די יארן. גענוי ווי זיין פאטער איז ער אויך זייער שטארק קעגן בילדער, און ער לאזט נישט כאפן קיין בילדער פון אים אויף קיינען פאל נישט; לעצטנס האט ער אנגעהויבן טראגן ברילן אין אלע פארעפנטליכע פלעצער כדי צו פארמיידן דאס כאפן בילדער.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.