Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא (ה'תק"ך - כ"ה תמוז ה'תקצ"א) איז געווען א רבי פון חסידים און אב"ד אין דער שטאט אפטא אין קאנגרעס פוילן. פון אים שטאמט די אפטער רביס.
רבי מאיר הלוי איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי שמואל סג"ל הלוי ראטנבערג, אן אייניקל פונעם של"ה, און צו זיין מוטער פייגא אן אייניקל פונעם ש"ך. יונגערהייט איז ער געווארן פאר'יתומ'ט פון זיין פאטער, און זיין מוטער האט אים געהאדעוועט אליין.
ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי אברהם יצחק הכהן כ"ץ, מחבר פונעם ספר "כתר כהונה" און אב"ד אין סטאפניץ און פינטשעוו. שפעטער איז ער געפארן צום חוזה פון לובלין און ער איז געווארן פון זיינע פעסטע חסידים.
ווען הרב אברהם יהושע העשיל האט פארלאזט דאס אפטער רבנות אין תקס"ח, האט רבי מאיר איבערגענומען די שטעלע, וואס ער האט געהאלטן ביז זיין לעצטן טאג אין תקצ"א.
שבת פרשת פינחס תקע"ה איז ר' מאיר'ל געפארן קיין לובלין צום חוזה. יענעם שבת האט דער חוזה נישט עולה געווען לוי אליין, נאר געגעבן די עליה צו רבי מאיר'ל. דעם בעל קורא האט דער חוזה געהייסן לייענען די פרשה פון לוי ביז דער פרשה "יפקד ד' אלקי הרוחות לכל בשר". מיט דעם האט ער באשטימט ר' מאיר'ל פאר זיין נאכפאלגער און טאקע צוויי וואכן שפעטער איז דער חוזה נסתלק געווען.[1]
רבי מאיר האט זיך שטארק דערקעגנט צו דער פרשיסכער שיטה.
רבי מאיר איז געווען אן איידעם ביי רבי אהרן "נסתר".זייערע קינדער:
רבי יצחק אייזיק ווייס, רב פון סוואליאווע האט געזאגט: איך האב געהערט פונעם סטאפניצער צדיק (רבי מאיר הלוי ראטנבערג) אז איינער וואס שערט זיינע נעגעלעך ערב שבת און איז מעביר סדרה דווקא ערב שבת פאר חצות, איז ער פארזיכערט נישט קומען צו קיין הארבע עבירות א גאנצע וואך.[2]
זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר אור לשמים און אין קהל צדיקים
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.