ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע
באן סטאנציע אין ירושלים, ישראל From Wikipedia, the free encyclopedia
באן סטאנציע אין ירושלים, ישראל From Wikipedia, the free encyclopedia
בן-גוריון פֿליפֿעלד באַן סטאַנציע איז אן אונטערערדישע פאסאזשירן סטאנציע פון ישראל באנען וואס געפינט זיך ביים מערב אריינגאנג אין ירושלים. די סטאנציע איז געבויט געווארן ווי דער מזרח סוף-סטאנציע פון דער עלעקטרישע גיכבאנליניע קיין ירושלים. די סטאנציע איז צווישן בנייני האומה און דער ירושלים צענטראלע בוס סטאנציע, אונטער א טראם סטאנציע פון דער ירושלים לייכטע באן.
אפיציעלע וועבזייטל |
אויפבוי־אינפארמאציע | |||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
געעפנט | סעפטעמבער 2018 | ||||||||||
לאקאציע | |||||||||||
לאקאציע | שדרות שז"ר 6, ירושלים | ||||||||||
קאארדינאטן | 31°47′18″N 35°12′09″E | ||||||||||
סטאנציע־אינפארמאציע | |||||||||||
אייגנטומער | ישראל באנען | ||||||||||
פעראנען | 4 | ||||||||||
באדינונגען | |||||||||||
| |||||||||||
| |||||||||||
די סטאנציע איז געעפנט געווארן דעם 25סטן סעפטעמבער 2018. די פעראנען זענען 80 מעטער אונטער דער ערד און זענען פארבונדן דורך א טונעל מיט א גרויסן בריק איבער דעם ארזים טאל.
די סטאנציע איז פארבונדן מיט דער נאציאנאלע באן נעצווערק אבער נאר עלעקטרישע באנען באדינען די סטאנציע. דאס ערשטע יאר זענען די באנען געפארן נאר ביז בן-גוריון פליפעלד. מוצאי שבת וישב תש״פ, א נאכט פאר חנוכה, האט אנגעהויבן די באדינונג אויף דער פארלענגערטער רוטע קיין תל אביב ההגנה. לויטן פלאן גייט מען פארלענגערן די ליניע נאך ווייטער קיין תל אביב צענטראל און הרצליה.[1]
לויט אן ערשטיגן פלאן פון ישראל באנען, וועט די אייזנבאן ווערן פארלענגערט אין דער מזרחדיקער ריכטונג, צו צוויי נייע סטאנציעס, אין צענטער פון דער שטאט און אונטער דעם כותל מערבי פלאץ. די ירושלים צענטראל באן סטאנציע וועט זיין פלאצירט טיף 50 מעטער אין געגנט פונעם דאווידקע סקווער.[2]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.