From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (העברעאיש; סוֹלֹוְצִּ'יק, באקאנט ווי רבי יאשע בער; תמוז ה'תרע"ו - ב' אדר ה'תש"ם) איז געווען בריסקער ראש ישיבה אין ירושלים. ער איז געוואן א זון פון הרב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, בריסקער רב.
געבורט |
1915 תמוז ה'תרע"ו בריסק, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1981 (אלט 66 בערך) ב' אדר ה'תש"ם |
קבורה ארט | הר המנוחות |
מדינה | ישראל |
פאטער | יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק |
רבי יאשע בערל איז געבוירן געווארן צו רב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק און זיין ווייב אלטע הענדל, אן אוראייניקל פון רבי מאיר אוירבאך. ער האט געלערנט ביי זיין פאטער. גלייך נאך זיין בר מצוה האט ער אנגעהויבן לערנען זיין זיידנס ספר חידושי הגר"ח על הרמב"ם ביז ער איז געווען בקי אינעם ספר בעל פה. שוין אין זיינע יונגערע יארן האט ער אנגעהויבן זאגן שיעורים אין בריסק און אין ווארשע.
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין פאטער קיין ווארשע, און פון דארט קיין ארץ ישראל.
אזוי ווי זיין פאטער, האט ער געעפנט א קיבוץ אין זיין הויז וואו בחורים און יונגעלייט פון ארץ ישראל און חוץ לארץ האבן געלערנט.
ער איז געווען א שטארקער קעגנער פון ציוניזם.
אין תש"ם איז ער נפטר געווארן, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות. זיין זון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט איבערגענומען זיין קיבוץ. זיין ברודער רבי משולם דוד סאלאווייטשיק, וואס איז געווען א מגיד שיעור ביי רבי יאשע בערל, האט געעפנט זיין אייגענעם קיבוץ.
רבי יאשע בערל האט נישט פארשריבן זיינע חידושים, אבער זיינע תלמידים האבן געדרוקט זיינע שיעורים אויף מסכת זבחים מיטן נאמען "חידושי הגרי"ד".
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.