ארבעה טורים איז די פיר טורים, וואס מען רופט זיך אויך בקיצור דער טור דאס איז א חיבור וואס ברענגט צוזאמען פסקי הלכות וואס זענען נוהג בזמן הזה. דער מחבר פונעם טור איז געווען רבי יעקב בן אשר, דעם זון פונעם רא"ש; ער ווערט גערופן דער בעל הטורים (ה'ל - ה'ק"ג).
דער בית יוסף האט געשריבן אויף דעם זיין פירוש, און אויף די מהלך פון דעם ספר האט רבי יוסף קארו געבויעט דעם שלחן ערוך.
שרייבן דעם טור
אזוי ווי רבי יעקב בן הרא"ש האט געזען אז ס'איז געווארן אסאך חילוקי דעות אין הלכה האט ער באשלאסן צו שרייבן א חיבור, און ער שרייבט אין זיין הקדמה: "יען כי ארכו לנו הימים בגלותנו ותשש כוחנו, ושמם לבנו, ורפו ידינו, ונשתבשו הסברות וגדלו המחלוקות ורבו הדעות ולא נשארה הלכה פסוקה שאין בה דעות שונות...".
ער האט פריער געמאכט א פארקירצונג פון די פסקים פון זיין פאטער, דער רא"ש וואס איז געדרוקט אין די גמרא'ס מיטן נאמען "קיצור פסקי הרא"ש". פון דעם האט ער אנגעהויבן שרייבן די טורים לויטן כלל וואס ער האט מקבל געווען פון זיין פאטער צו ברענגען מקורות פון ש"ס און ראיות, אויך ברענגט ער חילוקי דעות צווישן די פריערדיגע פוסקים. ער האט געענדיגט שרייבן דעם טור אין יאר ק'.
דער טור איז געווען דאס צווייטע ספר אויף לשון קודש צו ווערן געדרוקט (אין יאר ה'רל"ה).
מקורות
זיינע מקורות נעמען ארום אלע ספרים פאר אים. ער דערמאנט די גאונים, און די ראשונים: רבינו חננאל, רבינו נסים, רבינו גרשום, רש"י די בעלי התוספות און נאך, פון די חכמי אשכנז: ראב"ן, ראבי"ה, מהר"ם ראטנבערג, און פון די חכמי ספרד דעם רי"ף, רמב"ם, רמב"ן. וואו ער איז מחולק מיט די ראשונים ברענגט ער די מסקנה פונעם רא"ש.
תוכן פונעם טור
דער "טור" (און אויך דער שולחן ערוך) איז צעטיילט אויף פיר חלקים:
דרוקסאגראפיע
- רל"ה
- קושטא רנ"ב
- האנוואה, ש"ע
- ווארשע תרכ"א
- ארבעה טורים השלם, מכון שירת דבורה שעל ידי מכון ירושלים.
- ארבעה טורים השלם, מכון המאור ירושלים.
נושאי כלים אויפן טור
- בית חדש
- בית יוסף
- דרישה און פרישה
- דרכי משה, פונעם רמ"א
- הגהות פון רבי שמואל קוידינאווער, בעל תפארת שמואל אויפן רא"ש
- חידושי הגאון מהרל"ח
- חידושי הגהות פון רבי יוסף פון בראניווקע
- הגהות תוספות יו"ט אויף אבן העזר
- כנסת הגדולה פון רבי חיים בנבנישתי
- ספר הארוך פונעם ש"ך אויף טור יורה דעה ח"א
Wikiwand in your browser!
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.