Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
הערי עס טרומאן (ענגליש: Harry S Truman; 8טן מאי 1884 - 26סטן דעצעמבער 1972), איז געווען דער 33טער אמעריקאנער פרעזידענט. ער האט געדינט פון: 12טן אפריל 1945 ביזן 20סטן יאנואר 1953.
געבורט |
8 מאי 1884 פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
26 דעצעמבער 1972 (אלט 88) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
אונטערשריפט | |
הערי טרומען איז געווען דער וויצע פרעזידנט פון זיין פארגייער פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט, רוזעוועלט איז געשטארבן צום סוף פון אמעריקאנער קריג קעגן דייטשלאנד און טרומאן האט איבערגענומען, ער איז נישט געווען באקאנט אלס גוטער פירער, אבער מען האט גלייך געמערקט אויף אים סימנים פון א גוטן פירער, ער האט געענדיגט דעם קריג מיט דייטשלאנד און האט ווייטער געפירט דעם קריג מיט יאפאן ביז זי איז געווארן באזיגט.
ער איז געווען דער וואס האט אפגעמאכט מען זאל ווארפן די צוויי אטאם באמבעס אויף יאפנעזישע שטעט. ער איז אויך געווען ווער עס האט געגעבן די שטימע פון אמעריקא אין די יו ען אז עס זאל געגרידנט ווערן א שטאט אין ארץ ישראל דורך די ציוניסטישע פארטייען.
ווען ער איז געלאפן דאס צווייטע מאל פאר פרעזידענט איז ער שוואך געשטאנען אין די אנקעטעס מען האט געמיינט ער גייט פארלירן, ער האט אבער געוואונען, זייט דאן איז געבליבן אין דער היסטאריע פון אמעריקא אז די קאנדידאטן ברעגנן פון אים א ראיה אז אפילו מען שטייט שוואך פאר די וואלן דאך קען מען געוואונען.
גאנץ לעצטנס איז אנטפלעקט געווארן אז פערזענליך איז נישט געווען א גרויסער אידן ליבהאבער, אזוי ווי אסאך פון רוזעוועלט'ס קליקע, עס איז ערשינען א בוך ווי ער זאגט פאר א רעפארטער, איך קען דיך נישט אריין נעמען אין מיין פריוואטער היים, ווייל קיין איד האט נאך נישט איבערגעטרעטן מיין הויז.
פֿריערדיגער: פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט |
פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן 1945 - 1953 |
נאָכפֿאלגער: דווייט דעיוויד אייזנהאוער |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.